די שטיקל פלעסטיק וואס האט שוין אזויפיל אנגעדרייט ביי כלל ישראל, דאס וועלן מעיד זיין אלע יודן פון אלע עלטער. אפי’ היינט גייט עס נאך אן – איך ווייס אבער נישט אויף וואספארא פארנעם, זייט די נייע מאשינדלעך האבן אנגעהויבן ארויס קומען חדשים לבקרים יעדע מינוט א נייע שגעון – אבער ווען מיר זענען געווען קינדער איז דאס געווען פון די איינציגע – ממש די מעכטיגסטע ווי א קינד האט נאר געקענט חלומ’ן פון אנקומען.

איך נעבעך פון די אנדערע זייט אבער, האב דאס נישט פארמאגט, מיינע עלטערן האבן אראפ געלייגט די פיס – בּלא מיט אן אלף נישט און אונזער הויז, אזוי האב איך צוגעקוקט ווי אלע קינדער שפילן מיט דעים ‘געים בּוי’ – ווי אזוי מען דרייט די גאנצע גוף רעכטס און די גאנצע גוף לינקס די מענטשעל’ע אינעם בּאקס טאנצט אהער און אהין – אפפס ער האט עס נישט געמאכט ער איז אריינגעפאלן אין תהום – יעצט שפילט דעם ניגון טארא ראראם באם באם….. ווייסט וואס איך מיין?

וועגן דיר האב איך עס נישט געמאכט – דו האסט געשאקלט די אונטערשטע בעט – אוי איז געגאנגען קולות אין די קעמפס – שאקל נישט, קוק נישט און אטעם נישט, אלעס האט זיך ארום געדרייט דעם שטיקל פלעסטיק אוי איז דאס געווען א וועלט.

האסט ‘מעריוא 2’ איך האב 1 ווילסט טוישן? משי האט 3 איך וויל 3 – אזוי איז געגאנגען א געשעפט ממש מען האט געפירט א וועלט, און איך בין געזעסן אינדערזייט מיט די מויל אפן ווען שפייאכסט’ס רינט אראפ אזוי אן רחמנות פיל מיט קנאה געפילן און אויפגעברויזטע מוט – הלמאי פארוואס יעדער מעג? נאר איך נישט? מתי אזכה?

איך געדענק נאך ווי היינט – באמת נישט קיין גזמה – אין כתה ה’ האב איך געלערנט ביי הרב ר’ נתפלי ווייס שליט”א – א פחד פון א גוטע מלמד – איך בין געווען אין קעמפ אין זיין כתה. ויהי היום (איך דענק נישט וועלעכע יונגל עס האט עס מיר געבארגט) אבער איך האב געלייגט די האנט אויף א ‘געים בּוי’ צו מיין גליק איז נישט געווען קיין גרעניץ, די איינציגסטע פראבלעם וואס איך האב נאר געהאט איז – די פרייע צייט איז אינגאנצן באשטאנען פון 15 מינוט, גיי פארשטיי: די תאוה אנגעזאמעלט פון א גאנץ לעבן – דא האסטו פאר 15 מינוט!

למעשה האב איך שיין פארשפילט, די געים מיט די צייט, אזוי בין איך אנגעקומען היפש שפעט אין חדר, איך האב אזוי געציטערט וואס איך וועל זאגן אז איך געדענק עס נאך עד היום. איך דענק נישט די סוף צו מען האט מיר געכאפט אדער סתם אזוי געלאזט גיין – אבער מער האט אזא זאך נישט פאסירט.

איינמאל איך קעמפ – וועלכע קעמפ? חכם! יונגל קעמפ! די לעצטע טאג פלעגט מען ווארטן ביז אלע באסעס זענען שוין אהיים געפארן – דערנאך גיין אויסליידיגן די בּאָנקס, ווי אזוי איך בין אהיים? פרעג נישט א מעשה מיט מיין טאטע, למעשה בין איך געווען אין קעמפ נאך יעדעם – איין יאר גלייבטס מיר בנאמנות בין איך אנגעקומען 30 סעקונדעס נאך וואס א יונגל האט געטראפן א ‘געים בּוי’ אין איינעמס לאקער – בטעות האט עס איינער איבערגעלאזט, איך זאג ענק – צו מיין צער אין שלימזלות איז נישט געווען קיין שיעור – ממש נישט צום פארשטיין! יו האט עס געציפט!!!!

אזוי זעמיר עלטער געווארן דא און דארט קומט אלץ ארויפ דעם בענקעניש צום ‘געים בּוי’ – לעצטענס האב איך אנגעהויבן זוכן ווי מען קען קויפן איינס – אויף איבעי איז דא פאר א 50 ראניש – עפעס אבער לאזט מיר מיין הארץ נישט קויפן איינס – אדרבה ווער עס וויל מנדב זיין – הרשות ניתן בידו.

צום עצם הענין – ווער עס קען די געים, די הנאה ווען מען כאפט א שוואם אזא מין וואס מאכט דעם מעריאו גרויס – דאס איז ממש אוואו מען גייט אריין אין ישיבה גדולה, ווען מען קריגט באמבעס אוי דאס איז שוין העכער אלעמען – אזוי שיסט מען חברה – מען טאנצט ארויף און אראפ אריין און ארויס. דער וואס אלץ קינד האט געקענט טרעפן דעם באהאלטענע באקס און די לופט – דער איז זיכער געווארן א שומרים אלס יונגערמאן – דער האט א חוש צו כאפן געניטע באהאלטענע גנבים.

דערנאך ווען מען ברויך לויפן אריבער די לעכערליך – מען האלט אן דעם B און מען לויפט – אזא מחי’ – אאפס מען גייט כמעט אראפפאלן מען שאקלט דעם גאנצן געים בוי מיט זיך און אלע חברים וואס קוקן צו, דערנאך זוכט מען ווער עס איז שולדיג אינעם ‘אוט’ – ווי ערווענט שוין אויבן.

אה די הנאה קאן מען נישט מסביר’ן איינער וואס ווייסט נישט וואס מען רעדט קען מען נישט פארשטיין געבן, somehow זענען אלע בארא פארקע חברה פון קעמפ ערלויבט געווארן דאס מיט צוברענגען די וויליאמסבורגע חס מלהזכיר – ווער סע געדענקט געדענקט, ווער נישט נישט.

ביי לאנטש און סיי וועלכע פרייע צייט איז מען געזעצן צוגענאגלט צום כלי – ממש אזוי ווי היינט די טאטעס זיצן צוגענאגלט צום וואטסעפפ סטאטוס. אפשר משום האי קאן איך זאגן פאר דעם קליינעם בּאלי אז ער איז נישט בעלעבאס אויפ מיר – נאר איך אויף עם.

שוין צוריק צום געים בּוי. די לעצטע פאר טאג זיץ איך אויף יוטוב (נישט ערלויבט דא) איך קוק צו קליפס ווי מענטשן וואס שפילן אלע סאפער מעריאס פון אנהייב ביזן ענדע – עס נעמט א קארגע 45 מינוט בערך צו ענדיגן אן קיין שום ‘אוט’ ווערן, די קאממענטס זענען טאקע: אלץ קינד האט עס גענומען א יאר צו ענדיגן!

אזוי צו אזוי – איז געבליבן אז איין טאג עמיר נאך אי”ה משלים זיין וואס מיר האבן פארפעלט. איין טאג על איך נאך לאכן – לאכן לאכט דער וואס לאכט צום לעצט!

You must be logged in to post a comment.