לעצטענס הערט מען אסאך עלטערע יודן זיך אפרעדן, נישטא מער קיין ספרים געשעפטן, אמאל איז געווען….. דער גליקליכער אמאל

?אמאל איז בית הספר געווען א פלאץ ווי מען קויפט ספרים, איינהאנ’ס ווער געדענקט אויף ליע עוו. אמאל געווען א ספרים סטאר היינט איז דארט א פלייכיס’ן פלאץ – א וואס

אפי’ פינקי גראמט ביי א חתונה עפעס וועגן אמאל איז געווען ספרים ביי די ספרים געשעפטן, היינט איז שוין אלעס ‘דזשודעיקע’ סטאר’ס, ברויכסט סיי וואספארא שפילצייג וואס האט יודישע אותיות דערויף, קענט איר עס טרעפן אין אלע ספרים סטארס, אבער ספרים? דאס שוין נישט – ברויכסט א ספר דארפסטו גיין זוכן אין ראדני אונטן ביי די קעסטלעך

!און איך וועל זאגן: דאס איז מיט רעכט

?ווער און ווען קויפט מען ספרים? איינער ווייסט? איינער האט אמאל אריינגעטראכט

.אין חדר ווען מע געווינט א גורל – וואס קען שוין א חדר געבן? נאר ספרים

!ביי די בר מצוה אה דעמאלטס קריגט מען אסאך אסאך ספרים, מתנות, און נאך ספרים, ווי מער ספרים אלץ בעסער

דערנאך ווען מען קומט אהיים פון די בר מצוה ברויך מען קויפן א נייע שאנק פאר אלע ספרים אויך, איינער זאל זיך מרחם זיין און מנדב זיין א שאנק ביי די בר מצוה וואלט ער אסאך מער אויפגעטון, ווער קוקט אריין אין דעי אלע ספרים? מיין רבי זאגט אלס: ער גיבט איין באנד – ווען די ענדיגסט על איך דיר פארהערן אין געבן די אנדערע – פאר א צווייטן גיבט ער די צווייטע באנד, אזוי איז עס ביליגער און קיינער האט זיך נאך נישט פארהערט

איך געדענק נאך ווען איך האב בר מצוה געהאט האב איך זיך גאר שטארק געפריידט מיט מיינע ספרים, (הגם די איינציגסטע מתנה וואס איך האב נאך פון דאן איז די חלה דעקל וואס כ’אבאקומען) אבער מען האט נישט געהאט קיין שאנק ווי צו לייגן די ספרים און אויך נישט קיין פלאץ אין די הויז ווי צו לייגן א שאנק – נו מה עשה הקב”ה? איז אזוי

מען האט זיך גענומען בויען שעלפס איבערן קאפ – צולייגן שעלפס אין קלאזעטס, העכער’ן טיר אפאר שעלפס, ווי מען האט געפונען פלאץ אויף א וואנט איז ארויף געפארן אפאר שעלפ’ס, ווען מע רופט ווען א בעל מלאכה עס צו מאכן וואלט איך שטיל געבליבן כאטש מאכט איינער געלט, היות מיין פאטער האט עס אליינס געמאכט האט קיינער נישט געמאכט קיין געלט דערויף נאר די ספרים סטארס

אין ישיבה געווינט מען שוין א גרעסערע סעט, איך געדענק נאך ווען די מוסד ווי איך האב געלערנט, צום געזעגענען פון ישיבה קטנה האט מען געמאכט א גאנצע סיום געמוזעכטס, ווער עס האט גענדיגט וועט באקומען א סעט ש”ס – יא די קליינע פארמאט קלענסטע סייז – ווער עס וועט נישט ענדיגן די מסכת ווערט טאקע געליידענט צום סיום – אבער קיין ש”ס קריגט ער נישט

עניוועי – איין שלעפשיץ, האט פארשטייט זיך אליין – זיך נישט אזוי בייפלייסט (איך געדענק שוין נישט די סיבה פארוואס, אבער זיכער האב איך געהאט א גוטע אדער די בעסטע תירץ,) אז נישט העט איך ווען דאך יא גענדיגט אדער על כל פנים פרובירט

ויהי היום די גאנצע כתה מאכט א מסיבת פרידה וסיום מסכת, איך גיי מיט ווי א חכם – אה אלע טאטעס זענען אויך געווען געלאדענט, מיין פאטער איז פארשטייט זיך מיטגעקומען, איך געדענקט אויף אזוי ווייט אז ווען נישט מיין פאטער קומט וואלט איך מן הסתם אויך נישט דארט געווען, עניוועי

מען ענדיגט די גאנצע סיסטעם יעדער קריגט זיין ש”ס, ס’נאך געווען אויסגעקריצט די נעמען אויף א שיין גאלדענעם בלעכעל, איך ריש מיר אזוי גארנישט צו קריגן, למען השם רופט מען מיר אויס, איך זאל קומען נעמען מיין ש”ס, אבער היות איך האב מיר נישט אזוי צוגעפלייסט, האב איך געקריגן די ש”ס וואס איז נאר 6 בענדער נישט וואס איז צוטיילט יעדע מסכת אן אנדער באנד, אזוי ווי די וואס האבן יא גענדיגט

.בקיצור, היינט זעה איך נאר א טובה דערינען, ווייל אזוי האב איך מער פלאץ און שאנק. און א קלענערע פראבלעם

פון א יאר נאך די בר מצוה האב איך פארשטייט זיך נישט געפענט קיין איין ספר, איז אזוי – די ערשטע יאר פונעם בר מצוה איז דאך אלעס ממש ניי, איך האב מורא געהאט צו עפענען א ספר חלילה עס זאל זיך נישט צוקנייטשן, אדער שמוציג ווערן, ווער רעדט נאך פון חמצ’יג מאכן א ספר חלילה, א סידור האב איך נאך געהאט פון כתה ד’, די איבריגע האב איך געלערנט אין חדר, איבריגע צייט נאך חדר צו-צולערנען האב איך מילא נישט געהאט טא וואס צוקנייטשן סתם די בלעטער? אוודאי נישט

פון א יאר נאכדעם האב איך שוין מילא נישט געפענט גארנישט, אמער ביז יעצט האב איך אזוי שטארק אכטונג געגעבן, נו יעצט זאל איך זיך זעצן לערנען? צו שפעט! בכל אופן אמאל מיט א חברותא האב איך מילא געלערנט און שול, פארן דאוונען ווייטער און שול, נו ‘דאָסאִיעֶס’ – נישט געפענט קיין ספר

******

ערגעץ אינצווישן לערנט מען זיך אויס בינדען – נו אויף וועמענ’ס חשבון? בר מצוה ספרים, ווען מיין ברודער האט שוין גענדיגט בינדען אלע זיינע ספרים ביי די פארקערטע זייט, איז ער געקומען צו מיר – ווען איך האב וועהן שכל זאג איך עם: חכם הייב אן ביי מיינע ספרים – ווען בוסט פערטיג עסטו גיין צו דיינע

?איצט א שנעלע ‘פעסט-פארווערט’ חתונה געהאט. 2 וואכן דערויף קריג איך א פאונקאל – די מוטער רעדט: העלא

?דו האסט שוין ווי צו לייגן ספרים? די הויז איז מיר פיל מיט ספרים – קענסט אפשר נעמען דיינע ספרים

?אוודאי….. איז מיין באלדיגע ענטפער, כיבוד אם איז עפעס א קלייניגקייט

ווי לייג איך עס? איך גיי קיין IKEA איך קויף מיר איין א ווייסע שאנק – מע גייט אויפ-פיקן א קאר ‘לאוד’ מיט ספרים, איך הייב אן מיט די ש”ס, המאור חומש, זוהר, שלחן ערוך, נאך איין סעט מחזורים אין די שאנק איז פול! אקעי מאמי די איבריגע על איך שוין נעמען א צווייט מאל

סע גייט דורך א שטיקל צייט – סע געשען א ‘פלאד’ ל”ע ול”ע ביים פאטער אינדערהיים, נו היפש אסאך ספרים זענען נעבעך געאנגען א גאנג, איין שטאפל נענטער צום שמות טראק

די זעלבע פאון-קאל חזר’ט זיך איבער, איין מאל מיט מיר איינמאל מיט מיינע ברודערס ספרים, נאך א צירקע 3 יאר שפיל, נאך אפאר מיטינגען מיט די משפחה, יואלי האט נישט ווי צו לייגן זיינע ספרים, איך ברויך נישט די סעט פון (איך גיי נישט זאגן די נאמען משום כבודו – ער לעבט נאך) סא-סע בלייבט יעדער איינער קען קומען קלייבן/כאפ’ן ספרים און די איבריגע וואס קיינער נעמט נישט…. וואס

!די איבריגע? די איבריגע וועלן ווארטן

ווי עלן זיי ווארטן? אה! נו – איר האט גוט צוגעטראפן, איך האב א קאר מיט די מערסטע צייט, אלעס אריין און מיין קאר, איך הייב אן אויפקלינען מיין קאר, די ספרים זאלן קענען שיין ריען און זיך אנלעינען אן קיין בזיון עד שיבוא אליהו

ווי נאר אלעס איז קאר – הייבט מען צו-צוטיילן די ספרים, די גוטע ספרים וואס קענען נאך געפענט ווערן, אדער שמעקן נאך נישט פון שימל די רעכטע זייט, אלעס וואס גייט אין שמות אריין אין טראנק, און אלע וואס אפשר קענען נאך ‘ווערן מנדב’ ערגעץ די לינקע זייט, אזוי ליגט עס ביי מיר אפאר חדשים – יעדער וואס קומט אויף א היטש קריגט א ספר אלס מזכרת נצח (ער איז געווען מיט מיר אין קאר און ארויס לעבעדיג – ער וויל עס זיכער געדענקן), אזוי איז אריבער א האלבע יאר – יעדע שול ווי די טיר איז געווען אפן – האט געקריגן א ספר

אינדערמיט האבן אפאר יודן געטיילט הילף – איך על עס אנרופן עצות, בין איך דאך מוראדיג קלוגער געווארן – היות בוסט רייכער געווארן מיט ספרים, גיי צו בר מצוה’ס פון אלע קוזינס, הייב אן געבן מתנות לרחצה, זייט דעמאלטס טאקע פליען לבנות רעכטס און לינקס…. איך מיין ספרים ביי בר מצוה’ס

נו! עטס מיינט’ס טאקע אז דער ‘בערקאוויטש’ וואס מע זעהט און אלע שולן אויפ’ן דעקל אדער שער בלאט אין די ספרים האט אסאך געלט? בלא מיט אן אלף, ער האט אסאך קינדער וואס האבן בר מצוה געהאט אפאר מאל, האט ער געהאט אסאך ספרים, האט ער געמוזט עס פארטיילן, איז עס אנגעקומען ווי סע אנגעקומען….. נו שוין

נו פרעג איך אייך – פארוואס קויפט מען ספרים? הערט אויף קויפן ספרים, געב דעם בר מצוה בחור’ל א פידזשעט ספינער עט ער אייך מער דאנקבאר זיין, ווייניגער עגמת נפש פאר זיין לאנג לעבן, און והעיקר אויב איינער וויל שוין יא לערנען איז א ש”ס א חומש און א שלחן ערוך גענוג צו האבן אינדערהיים – העסטענס פאל א דברי יואל :grin: אדער א דגל (והמבין יבין) נו גוט

.אויב איז ער שוין טאקע אזא מתמיד עצום, עילו, וגוטע קאפ, עט ער שוין אליינס אנקומען צו א פלאץ פון ספרים, נישט יעדער ברויך דעי אלע ספרים

פארדעם פריי איך זיך אז אלעס איז היינט ‘דזשאדעיקא’ סטארס – מאך אליין דעם חשבון, יעדער האט ספרים, מע פליפט עס, איינער קריגט עס אלס בר מצוה בחור, ווען ער ווערט גרויס גיבט ער עס ווייטער, אזוי אז צווישן אלע חרדישע יודן צירקלען ארום אזא פאר טויזענט ספרים, מע פליפט, פון היינט און ווייטער ברויך מען שוין נישט עפענען די ‘רעפפינג פעיפער’ כאפ עס אן ווי סע שטייט און גייט – גיב עס גלייך ביי די נעקסטע בר-מצוה בחור’ל

****

*היינט איז נאך איינהארנ’ס ספרים סטאר דארט – סתם געווען א ווערטל……..

You must be logged in to post a comment.