אן קיין גרויסע הקדמות איז אריינגעקומען די שרעקעדיגע בשורה: אונזער אלעמען באקאנטן: יוסי פאללאק איז מער נישט צווישן אונז

אט אזוי האב איך געקריגן די מעלדונג: בד״ה יוסי פאלאק לאנגיעריגע שמייכלדיגע דרייווער, געטרייע שומרים מעמבער, איבערגעגעבענע מענידזשער פון בית רחל אויף העיווארד איז שוין נישט דא

פאר מיר מיינט דאס מער ווי סתם א שומרים מעמבער, א שטיק בינטל זכרונות קומט ארויף צו שווימען אין מיין זכרון ווען דעם נאמען יוסי פאללאק ווערט ארויס געזאגט, איך האב טאקע נישט געלערנט אין חדר דארט, אויך נישט געפארן מיט זיין באס קיינמאל אבער ווי וואונדערליך האט מיר דער רוסישער באן…. איך מיין דער געלע באס – צאמגעברענגט מיט ר’ יוסי

וואוינענדיג צוזאמען בשכנות דארט ביים ברעג פון וויליאמסבורג, ווען נאך העיווארד איז נאך געווען די גוישע געגענט ווי קיין איין יוד האט נישט געוואוינט און נאך מארטאן סט. פאלט מען אראפ פון די וועלט, ווייל דארט איז שוין גארנישט דא. האבן מיר שוין איינמאל גוט געקענט דעם יוסי’ן

אלס לאנג יעריגער שכן האבן מיר עם געקענט אלס “יוסי פאללאק” מיר זענען אויפגעוואקסן מיט יוסי אלס א קערעקטער! א וואוילטעטיגער יונגערמאן און א באס דרייווער – אן די נאז! פארשטייט זיך אז מיר קינדער האבן שוין איינמאל געמאכט א לעבן מיט עם

מיין מוטער זאל זיין געזונט טעהנ’ט אז פון מיינע ערשטע ווערטער וואס איך האב אנגעהויבן רעדן אלס קליין קינד איז געווען – יוסי פאללאק נישט נאר וואס ער איז געווען א שומרים מעמבער און ער האט אונז געמאכט פילן וויכטיג – עס קומט מיר אויפ’ן געדאנק ווען איינמאל: אלס יונגל האב איך געדרייווט א 2’ווילער’ – מיין פאטער זז”ג פלעדט אונז אהיים ברענגן בייקס, מיר אלע געשוויסטער האבן געהאט בייקס ביז די בר-מצוה ווען די פאפא באזאר האט אריינבאקומען א נייע שיפמענט פון אלטע בייקס, האבן מיר אלע באקומען א בייק

מאכט זיך אמאל אז א שכן האט באקומען א נייע בייק א 18-20 ספיד – פאר אונז איז דאס דאן געווען א מין עשירות, א לוקסוס וואס געשעהט איינמאל אין לעבן! יעדער וויל עס בארגן – איך וויל נאר איינמאל ארום פארן די בלאק….. איך וויל נאר ריקן די ספידס….. א בחינה פון סענדי קענדי…. (קרעדיט ליפא) ווען עס איז געקומען מיין רייע עס צו בארגן – איך פאר מיר אזוי פאמליך ארום די גאס ווען פלוצלונג…. קומט מיר א שווארצער שגץ אנטקעגן, ער כאפט מיך אן און זאגט:

Gimmi the bike!

איך האב פרובירט אוועק צו פליען (איך האב גוט געציטערט אין די הויזן) די טשעין איז פונקט אראפגעפאלן…. בקוציר המעשה…. דער גוי האט גענומען דעם בייק – איך בין געווען פארלוירן ווי א….. און אלע יונגלעך קלאפן אריין ביי יוסי פאללאק….. מען גייט מאכן פינגער פרינטס… מע גייט כאפן די גוי

!פארשטייט זיך אז ער איז פונקט נישט געווען אינדערהיים, נו נישקשה…… געגאנגען שפילן ווייטער

נאר אויך פלעגט ער געבן ריידס פאר די קינדער ווען ער פלעגט אריין בעקן די באסעס דארט אויף העיווארד ביי בית רחל גאראדזש אוי האבן מיר געווארט אויף יוסי זאל קומען פארקן די באסעס, ער פלעגט ארויין בעקן אלע באסעס פונקטליך מיט א סדר, אויף די אינטש! ער פלעגט טיילן ‘פאקסיס’ דורך אויס די זומער, אין די היצן. אלע קינדער פלעגו שטיין אין די רייע

?(איך וועל קיינמאל פארגעסן ווי יעדעס מאל ער פלעגט אונז אדורך גיין, ווען מיר קינדער פלעגן שפילן באלי פלעגן מיר אויסשרייען…. יוסי…. יוסי פאללאק איז דא…. יוסי שטויס די באל ארויף….. (איינער ווייסט וואס איך רעד

דער פלעגט שטויסן די באלי…. אזוי מין הויעך…. קיינער אין מיין כתה אדער אפי’ און די גאנצע חדר האט אזוי הויעך נישט געקענט ארויף שטויסן דעם באלי מיר קינדער פלעגן שטיין פארגאפט ווי הויעך עס פלעגט פליען… כמעט יעדעס איינציגע מאל איז עס ארויף געפלויגן אויף די סקווירא ישיבה/חדר דאך פונעם בנין אזוי בין איך היפשע פאר מאל געווען אויף די סקווירא דאך…. גאנץ אינטערעסאנט פאר א קינד צו זיין אזוי הויעך…. אין אראפקוקן

איך געדענק איינמאל ווען עפעס איז געווען אין זיין הויז – דאכט זיך א וואך נאכט (נישט זיכער) אבער איך געדענק אלע קינדער זענען געווען דארט ער האט זיך גענומען מאכן די קולות פון א דאגי, אלע קינדער זענען ארויס געלאפן! איך לויף נאך יעצט…..

***

איינמאל חול המועד זעמיר געפארן חלע-מועד האלטן צוזאמען מיט א מומע וכל יוצא חלציה, אונז קינדער האמיר געווארט אונטן אויף די גאס ווען מיטאמאל לויפן דורך אפאר שרצימ’ליך, מיט ראלער-בלעידס און בייקס

איין קליינער שגצ’ל האט אזוי נישט מיר נישט דיר נישט, דורך געפלויגן מיין קוזין מיט א שנעלקייט, ווען אין די זעלבע צייט האלט ער איין האנט אויסגעשטרעקט שטייסטעך אז סע האט וויי געטון, אבער מיר קליינע האבן גארנישט געקענט טון – מיר זענען געווען אונטער די בר-מצוה

פלוצלונג הערט מען – וואו וואו… יוסי פאללאק איז פונקט דורך געפארן און אלעס באמערקט, ער נעמט אונז אלע אריין און זיין קאר ער האט אראפ געבעקט העיווארד ביז מארסי, גוט אנגעשריגן דעם קליינעם, מער האט ער נישט געשלאגן קיינעם

****

אבער נישט נאר פאר א שומר האבן מיר עם געקענט, ער איז געווען אונזער חבר, יעדעס מאל מען האט עפעס געברויכט פון בית רחל אדער סיי וואס מען האט נאר געטראכט אז ער קען העלפן, איז ער געווען די אדרעסס. ער האט אונז אלעמאל געהאלפן מיט א שמייכל

אפי’ ווען איך בין שוין געווען א בחור און א יונגערמאן האט ער מיר געדענקט, ווען איך פלעג דורך גיין סיי ווען ער איז געווען אויפן באס פלעגט ער עפעס ארויס שרייען פון זיין מייק. ער איז געווען מלא ענערדזי

יאפ עס איז א פארלוסט, מיר טוהן זיך בענקן נאך דיר יוסי….. יהא זכרו ברוך

You must be logged in to post a comment.