מקוה 1986 VS 2016

!היינט צופרי גייענדיג צום מקוה, האב איך זיך געכאפט אז סע איז טראָבל

איך האב געדענקט אז פאריגעס מאל איך בין געווען אין מקוה האב איך געזעהן ליגן א נייע זייף האלטער באקס’ל פאר די רינעדיגע זייף, עס האט מיר פאראויס-געזאגט נישט קיין גוטע נייעס. הגם עס האט נאך טאקע נישט געהאט פון די רינעדיגע סחורה, אבער דאס מיינט אז גאר בקרוב גייט נישט מער זיין די זייפלעך וואס שמעקט נישט און שטינקט נישט, אין פארעם פונעם טאבלעט

איך האף נאר עס זאל גיין אזוי שנעל ווי די טישא באקס וואס מען האט אינסטאלירט אויף די ווענט אינעם שול – נאך א וואך צוויי איז מען צוריק צו די אלטע טישא באקסעס אויף די טישן, און די אויף די ווענט זענען געבליבן פאריתומ’ט – מחי

איך האב מיר אויך צוגעזאגט אז איך גיי אריין לייגן אין מיין מקוה וועש בעג א קליין זייפל, אזא אזוי ווי די קליינע וואס זיי פלעגן טיילן אומזיסט – שטייטסעך איך פלעג נעמען צוויי, אצינד על איך מיט ברענגן נאר איינס היות איך צאל דערפאר

אבער היינט גייענדיג אין מקוה האב איך פארגעסן דעם זייפל (גענוי אזוי ווי איך פלעג פארגעסן צו ברענגן א שמות חומש ביז דאנערשטאג שמות אין חדר) מילא פארשטייט עטס שוין פארוואס סע טראבל

שפאצירענדיג אזוי ארייין גערעגטערהייט צו די שיוערס, איז מיר ארויפגעקומען די אלטע – ‘קינגסטערעס’ צייטן אוי געווען אמאל א קינגסטערעס – איך וויל נישט מאכן קיין הספד – נאר די חילוק פון אמאל גיין אין מקוה און היינט איז היפש #2016’דיג
____

איך געדענק נאך אין די אלטע גוטע צייטן, מיין פאטער פלעגט אונז טראגן אין די קינגסטערעס מקוה, סע געווען ארום די גאס – פאר ווער עס האט געוואונט אין יענע שכנות, איז דאס געווען די איינציגסטע גרויסע מקוה – א חוץ פאפא, וואס איז עכט נאר געמאכט געווארן פאר מנחה מעריב, אדער שחרית נאר אויב מע איז שוין גרויס און מען יאגט זיך זייער שטארק

פלעגט מען אזוי אראפגיין די טונקעלע שטיגן – איינמאל אפאר יאר פלעגט נאך די לייט’ס יא ארבייטן, האט מען געקענט זעהן ווען די שטיגן זענען נאס, אדער עמיצענ’ס מאנטל ליגט אויף דער ערד פונקט אינמיטן ווי יעדער ברויך א דורך גיין

די ביכ”ס גלייך ווי מען קומט אריין אויף די רעכטע זייט אינעם אונטערשטען שטאק, איז געמאכט געווארן צו נוצן נאר איידער מען גייט אין שויער והמבין יבין – (דער וואס כאפט נישט – סע האט אזוינס געשטינקען מען האט געמוזט איינהאלטן די אטעם – און האלטן די הענט אויף די נאז און די זעלבע צייט)

דערנאך איז מען אריין אין מקוה, די האנטוכער זענען געווען כמעשה, נישט אזוי צוריסן ווי ער מאכט עס, די כשר’ע זייפלעך אויף די רעכטע זייט (פון יענע זייפל’ן האט קיינער נישט גענומען 2), דערנאך האט מען געכאפט א פלאץ לעבן טאטי. גראדע פלעגן מיר גיין גענוג פרי מיר האבן געהאט א מקום קבוע, אלע שויערס (כמעט) האבן אייביג געארבייט

נאך די מקוה, איז געווען חוק ולא יעבור, מיין פאטער פלעגט ארויס נעמען זיין שווארצע קעמל פון וועסטעל טאש – אונטער אלע פעדערס מיט מעמא פעד’ס – צו מאכן די פאות, און צום ווידערזעהן קומענדיגן פרייטאג

דערנאך זעמיר אהיים – מיט א ווייסע העמעד שוין אנגעטוהן

אמאל אמאל דענק איך – ווי אן אלטער יוד פלעגט ברויכן הילף מיט’ן אנטאהן די ספעציעלע זאכן אויף די פוס, כמה פעמים האב איך שוין געהאלפן עלטערע יודן זיך אנטון, אדער אויסטוהן אין מקוה אינזין האבענדיג דעם אל תשליכנו….

****
אבער היינט……..

מיין מנהל האט אמאל גערעדט אין ישיבה, האט ער ארויסגעברענגט אז בחורים גייען אין מקוה מיט ‘טהרה זעקלעך’ אזויפיל שפריצערייען מיט מאכעריין, סע אמאל נישט געווען – איך טראכט יעצט וויפיל יאר איך האב גענוצט די כשר זייפלעך אנשטאט שעמפאו אויף מיין קאפ – איך וואונדער זיך טאקע ווי אזוי האב עס דורך געלעבט? ממש נסים – שומר פתאים

אפי’ די שווארצע קעמלען זענען שוין נישט דא היינט – אמאל פלעגט עס זיין פאר א קוואדער, דער שמש פלעגט פארקויפן 3 זאכן, א שווארצע קעמל, א גארטל, מיט א נעגל שניידער, העי…. ניין די נעגל שניידער פלעגן ליגן צוגעבונדן מיט א שטריק’ל צום פאבליק פאון, איינמאל די פאבליק פאון איז עלימענירט געווארן זענען שוין אלע נעגל שנייגערס געגאנגען פייפן

אזוי איז געווען

היינטיגע צייטן אבער איז שוין נישטא דאס גאנצע באנעמונג, די שווארצע קעמלען זענען געווארן גרין, רויט, און אלע אנדערע קאלארס, עס איז געווארן ‘צאמלייג-באר’ איין זייט א קעמל איין זייט א בארשט. די וואסער מאכט זיך שוין אליינס צו, די געיט קען מען נישט האלטן אפן פארן קומענדיגער באזוכער, נו ווי זאלן זיך די יונגווארג לערנען מידות? אוודאי שרייען די גוים ווען מיר יודן האלטן נישט אפן קיין טיר פאר אנדערע – אינדערהיים איז די מאמע די משרתת, אין חדר די מלמד, אויפן באן – ביי רוב גרויסע בנינים און אין די מקוה איז שוין דא א געיט – וואס מאכט זיך אליין אויף און צו

די וואסער וואס מאכט זיך אליינס צו ברויך עקסטער אראפ געריסן ווערן, מע פרובירט זיך צו שפארן געלט, נישט גענוג איך צאל עקסטער פאר נאך א האנטוך, גייט מען ברויכן צאלן נאך מער פאר עקסטערע וואסער – אמאל האט מען גענומן א שויער רוהיג פאמעליך, איצטערט ברויך מען זיך שוין יאגן – אאפס סע גייט זיך שוין אויסלעשן, אה נאך א רגע אריינגעכאפט אאפס שוין דערנאך, אודך א קוועטש אינעם וואסער שטעקער (איך ווייס נישט ווי אזוי עס אנצורופן – דעי זאך וואס שטעקט זיך ארויס פון די וואנט מען ברויך דריקן יעדע 10.5 סעקונדען אז נישט לעשט זיך עס אויס) יא

?– עסטו דאך אוודאי פרעגן מאי כל הרעש? דריק יעדע פאר סעקונדען
איז אבער די מעשה אזוי, יעדע מאל סע לעשט זיך אויס – הייבט עס אן פון פריש, קודם אינגאנצן הייס, בריעדיג נאך דעם פריזינג קאלט, אין ערשט דערנאך ווארעם באקוועם, יעצט מען ווייסט נישט גענוי ווען עס גייט זיך טוישן טעמפוטער

די אלטע שויערס איז געווען כאטש א מעלה. מען האט נישט אלעמאל געוואוסט וועלעכע זייט איז קאלט און וועלעכע זייט איז הייס, האט מען אנגעצונדן איין זייט גערוקט דעם רוקער אינגאנצן רעכטס, זיך איבערגעבויגן אזוי אז אויב איז עס נישט די ריכטיגע זייט זאל מען נישט פארקילט/פארברענט ווערן. נאר די הענט איז געווען אויסגעשטרעקט, אנגעצונדן די וואסער – א גאר שנעלע שלעפ אוועק די הענט, דערנאך האט מען געקענט שטייטלעך עס אנשטעלן צו די ריכטיגע טעמפוטער, און געווענדליך פלעגט עס נעמען געציילטע סקונדן ביז עס האט געטוישט די טעמפוטער, האט מען געוואוסט – אנצונדען אוועקשלעפן די הענט, מיט ריקן אביסל שטייט – און וואונדערבאר – סע דא וואסער באקוועם

משא”כ דא אבער איז נישט שייך צו וויסן, אמאל איז פאר א רגע גוט, מען שפאצירט אריין ווי א מלך ביים טאטענס וויינגארטן, און בווווּמס, קאלט און הייס אויפאיינמאל מען קען אזוינס שפרינגען – בדידי הוה עובדא

ווער געדענקט נאך, ווען מען פלעגט פרובירן טובל’ן כלים און די מי גשמים – איך זאג ענק יעדעס מאל איך בין אהיימגעקומען גאנץ מיט נאך כלים און מיין בעג כאפ איך זיך יעצט איז געווען א גראבע נס ממש, מען האט אויפגעהויבן  on a daily basis די דעקל, א שווערע גרוך מיט א אפענע ריזיגע בור, אן קיין צוים יוש….. ל”ע אזוי פלעגן אריינפאלן זילבערנע גאפלעך מיט לעפלעך

אה – נאכן מקוה מען איז שוין פיין פריש און שמעקעדיג, הייבט זיך אן די פיס קראצעריי, ווער עס ווייסט נישט פון דעי מתנה וואס די שמשים געבן, דעי באקסעדיגע זאכן אויף וואס מען שטייט בשעת’ן זיך אנטון, האט נאך נישט געשפירט קיין שמחה, דאס קראצט אזוי פאכמאניש – פונקטליך אויף יעדע פלאץ ווי סע שטעכט, ער לאזט נישט אויס קיין שניט, אזוי פלעגט מען קראצן די פיס ביז בלוט ממש. יוש – סע נאך דא היינט? גיי ווייס

איך ווייס סע שוין דא מקוה’ס וואס הייצן די פלאר – סא נאך אביסל איז נישט דא מער די קראצערס – א בראך

סא היינט אין מקוה בין איך געשטאנען אינעם שויער, אין געהאקט, די רעכטע האנט אויף די זייף האלטער סע זאל קומען אביסל זייף, די לינקע האנט אויפ’ן וואסער קוועטשער און געהאקט אויפן ‘beat’, זייף זייף וואסער, וואסער זייף וואסער זייף – זייף זייף וואסער. רבש”ע צו וואס זענען מיר אנגעקומען דא

נאכדעם וואונדערט מען זיך ווי אזוי מענטשן פארשפעטיגן די מנין, איך בין אנגעקומען נאך ברוך שאמר היינט, נאר וועגן דעי האקן, זייף וואסער, זייף זייף……. הא

******

איין מעשה רב: וואס איך קען נישט פארגעסן

איין ערב שב”ק שפאציר איך אריין אין מקוה, סע שוין געווען אביסל שפעט’ליך קיין פלאץ איז שוין אויך נישט אזוי געווען געהעריג
הער איך ווי עפעס אן עלטערער יונגערמאן רופט אויס: קום דא, איך זעה ווי ער פרובירט זיך אזוי צאם צו ריקן, זיינע זאכן נעמט ער אזוי צאם ממש צוקוועטשט זיך
האב איך עם געשאנקן אזוינע בליקן: :roll:

!זאגט ער מיר הער אויס: די גאנצע גיין אין מקוה – די גאנצע אויפטו איז – מען זאל אוועקגעבן פון זיך פאר יענעם
מילא איך האב זיך שוין גע’טובל’ט פרוביר איך מאכן פלאץ פאר יענעם

(סע מיר אריין אין די ביינער – עס איז עם נישט גרינג געווען זיך צו רירן – אבער ער האט עס געטון – וואס זאל איך אייך זאגן? קיין בעג מיט שפריצערייען האט ער נישט מיטגעברענגט)

You must be logged in to post a comment.