….פאריגע שבת קודש אינמיטן דאווענען ווען די קליינע קינדער הייבן שוין אן לאנגווייליג ווערן האב איך מיר פונקט אזוי ארויסגעקוקט פונעם טלית, זעה איך ווי די חברה כאפן זיך אזוי אן די הענטעלעך און זינגען צוזאמען

….צזיפ צזיפ זאקא”
….די קאקא האט זיך אויסגעגאסן
….”און די מאמע גיבט א פאטש

??שרעקליך – איך האב געוואלט אויסשרייען איך גיב באלד א פאטש!! אזאנס

!אזוי צו שחט’ן און פארדרייען א ניגון?? ממש א גיוואלד

!נאר וואס דען? פארוואס זאג איך עס? איך ווילט איר זאלט עס וויסן

.איך קען אויך נישט די ווערטער מער – די אלטע צרות פארגעסן די נייע די אונגארושע ווערטער זענען שוין ארויס פון מיין קאפ

****
:מכאן הקריאה יוצאת

 ערשטענס – ווער עס קען די ווערטער אויסענווייניג ווערט געבעטן עס מיטצוטיילן
ווער עס קען עס אינעווייניג זאל עס ביטע אראפשרייבן – יישר כח

צווייטענס כל – ביטע האט רחמנות, לערנט אויס דעם ניגון פאר אייערע קינדער איידער זיי הערן עס פארדרייט און צושניטן פון אנדערע גלייכגילטיגע קינדער וואס ניטאמאל ווייסן זיי זיך צו שעמען אז זיי קענען דעם ניגון מיט וואס זייערע עלטערן זענען אזוי שיין אויפגעוואקסן מיט

*****

:הוא הדין גייט פאר אלע אנדערע אזוינע אלטע לידער (בחנ’ט? אדער נישט בחנ’ט?) ווי למשל

 רינג אראונגע ראזי…. עי פאקעט פאל אף פאזי…… (איך וויל נישט לייגן פונטעלעך ווייל מן הסתם זאג איך עס שוין אויך נישט גוט נישט גוט) דא איז דא די ענגלישע ווערטער

 (האסט א קאטשא פייא נעקי….. (מאנכע זאגן סע נישט א ריינע ווארט – אנדערע טעהנ’ן לא הי’ ולא נברא סא דאס לאז איך פאר אייער אפשאץ אויב סע מעג פארגעסן ווערן פון אונזערע מחנות

…טשא טשא טרעין… טשא טשא טרעין

 (…ריגעלע ריגעלע רוגז….. מיר זענען געווען……. (הגם סע איז אין יודוש

כדי די קליינע קינדער זאלן נישט איינשלאפן – איך מיין צו זאגן פארגעסן דעי זאכן מוז מען אונטערנעמען ריכטיגע נויטבאדארפענדע [וואס איז די ווארט?] שריט.

You must be logged in to post a comment.