בקשה לאחינו כל בית ישראל

מען בעהט זייער דעם עולם, ווער עס קען און וויל זיך רעכענען מיטן ציבור ווערט געבעטן אריינצולייגן די ‘מעניו’ פונעם קידוש/זכר אין די צעטלען ווי מען אדווערטייזט

הערט אויס מיינע ליבע יודן ווי אזוי עס גייט צו ביינאונז חסידים עכ”פ ביי מיר – מיין פאטער – ברודער און שוואגער פלעגט אזוי זיין

אקעי קינדער דעי וואך האט טאטי 2-3 קידושים נאכן דאווענען ווי נאר ווער סע גייט זיך אראפ לייגן נאכמיטאג, אדער ווער עס גייט שיין דאווענען מיט א ברען וועט קענען מיט קומען – אויך ברויך מען צוזאגן נאר צו עסן אביסל
ווייל אז נישט ווערט די ציצית שמוציג •
ווייל מאמי האט צוגעגרייט א סעודה אינדערהיים •
ווייל אזוי האב איך געהייסן •

אזוי טראכט איך שוין פון אינמיטן ליינען ווער סע גייט יא אדער נישט מיט קומען – ביי מוסף הייב איך שוין אן קוקן צום טיר, און ביי קַוֵה נעם איך שוין ארויס די מאפע – איז אזוי ברוך גיבט קידוש אין שלעפשיץ אין יואלי ב”ר משה גיבט קידוש אין באבוב די אנדערע, אויך אז איך גיי שוין דורך סאטמאר די ערשטע, וואלט איך שוין ארויף זאגן מזל טוב פאר פעטער שמולא – הגם עכט האב איך גארנישט מיט עם איך זאג עם נאר מזל טוב איינמאל א יאר, א חוץ דעם ווייס אפי’ נישט ווער ער איז

נא איך הייב אן שפאנען מיט די חברה – נו יענקי ווי דיין סוועטער? שוין שמואל פנחס העלף עם ארויס איך וויל שוין גיין – סע ווערט שפעט. איך שלעפ מיך קוים מיט צרות, איך קום אן צום ערשטן שול, מע האלט נאך פאר עלינו – די רב דארט לאזט נישט ארויסגעבן די עסן פארן ענדיגן קדיש נאך אנעים זמירות איך בין אבער גוט ‘אנגעהאָקט’ מיט די חברה – גיבט ער מיר אביסלע ברוינפן ממש נאר גענוג אויף צו שמעקן, איך דערכאפ זיך דעם אטעם, א שטיקל מזונות, אין געגאנגען

העי! אבער טאטי, האסט צוגעזאגט (סתם געזאגט איז שוין נישט גענוג, זיי טראסטן אונז שוין נישט – צוגעזאגט דאס יא!) איך האב נישט געהאט גארנישט. קינדערלעך – אמת, אבער דא דאווענט מען נאך, ביי די נעקסטע סטאפ גייט זיין צו בריקענען, איך זאג ענק דארט גייט זיין פון אלע גוטע קאלאר סאדע, מעכטיגע קעיק, פעסטע הערינג, גוטע טשאלענט, אווערנייט קוגל פון פערלמוטער – אין נאך אסאך, איך מיין אויך אז סע גייט זיין טשאקאלאט ווייל ביי זיין וואך נאכט וואס ער האט געמאכט 3 יאר צוריק איז געווען פאפ-קארן ממילע מוז זיין יעצט גייט זיין טשקאקלעט אין אויך קאלעי וואסער  – שוין אויך קאלד קאטס און וואס נישט

שוין גיימער צום נעקטסן – אינמיטן וועג לויפ איך שנעל אריין צו פעטער איך געדענק שוין נישט זיין נאמען, איך קום ארויס נאך 2.4 מינוט, נישטא קיין זכר פון משפחת שלעפ, אלעס איז נעלם

איך הייב מיר שוין אן רעגן, די טשולענט עט קאלט ווערן, די גוטע ברוינפן וועלן שוין נישט זיין בנמצא – סע הייבט מיר אן ווארעם ווערם אלע ביינער, ווי זענט עטס? נו

וווואאווו! באאא!! טאטי איז דא יעדער קומט, אונז האמיר זיך באהאלטן, האסט אונז נישט געזען אמת?? אמת! ווייל ווען יא כאפט עטס וועהן 2 געזונטע! אקעי חברה מע גייט, מע דארף שוין וואקן שנעלער יעצט – יעדער כאפט אן קיינער קראסט נישט אליין

קום איך אן אזוי צום 3טן קידוש, כ’אב נאך 2 צו גיין, אלענפאלס איך קום אריין אין שול, אלע זיצן זענען פארנומען די קעיק טעצער זענען שוין ליידיג, נישטא מער ווי אביסל הערינג – נאר די אנדערע וואס איך האב נישט ליב, שוין מוחל אלע עסן אבער וואס טוה איך מיט די צוזאג? יא

(שוין יעדער קען נעמען וויפיל קעיק מע וויל, אבער נישט אויס זאגן מאמי – (איינמאל אין לעבן מאכט מען דעי טעות דערנאך געדענקט מען שוין אויף אייביג מיט קינדער ארבייט נישט דעי געים – זאג נישט מאמי ‘עינט העפפענין’ נעה

עניוועי – יעדער איז שוין זאט, לויפט מען שוין צום לעצטן קידוש – די גאר לעצטע גייט מען שוין נישט ווייל ערשטענס איך בין שוין נישט אזוי הונגעריג און צווייטענס איך בין עכט נאר זיין שוואגערס חבר סא – נעקסט טיים

אויפן וועג צום 4טע קידוש טראכט אזוי צו מיר: אמער עס וועט מן הסתם זיין נאר ווארעמע גרעיפ דזשוס מיט פינקע קעיק פון נעפענאק – שוין איך גיי ממילא אדורך סע יענע וועג פון מיין הויז, לאמיר אריינגיין טוהן א מצוה זאגן מזל טוב

איך רוק מיר אריין אין יענע קליינע שול – נישט צום גלייבן, דער האט אנגעקויפט עסן – איך ווייס נישט פארוואס אדער פארווען אבער דא איז דא צוהאקן! איך טראכט נישט קיין צוויי, איך זעץ מיר ארויף אויפן טיש, אודך איך הייב אן פריש על כן ברך…….. יעדער הערט? הגפן…..

סא וואס סע געשעט דא איז, די גאנצע רינגס און ארום וואלט איך געקענט מונע זיין ווען איך ווייס וואס יעדער שטעלט צו, וויפיל מינע קוגלן, וואסערע מין ברוינפן, וועלעכע קאליר פיש און אזוי ווייטער

וואלט איך אויסגעשטעלט די וועג אנדערשט, איך וואלט געווען רוהיגער, די קינדער הונגעריגער אין אזוי ווייטער, אבער יעצט קום איך אן נישט אהער נישט אהין, די טשולענט איז שוין קאלט ביים לעצטן קידוש ווען איך קום, די סעלצער האט שוין נישט קיין געז, וכו

בעהט מען נאכאמאל, ביטע לייגט אריין די מעניו אינעם צעטל – יואל ווייס מאכט קידוש אין שאראשפאטיק – עס וועט זיין אי”ה קישקע טשולענט און נאר פאטעיטא קוגל, רויטע אין גרינע הערינג ווי אויך דאס דאווענען וועט נעמען אפאר מינוט לענגער די וואך – ווייל איין זיידע האלט זיך פאר א חזן!! א גוט שבת

You must be logged in to post a comment.