ווער עס געדענקט האב איך אלץ מיט די ציצית צו טוהן – טא האט איר דא לינק

*****

אצינדער האב איך מיר אנגעשטויסן און גאר אן אינטערעסאנטער ערשיינונג. ומעשה שהיה כך היה

אקעי אפאר יאר צוריק האט מיין ציצית אנגעהויבן א מלחמה – אדער מער א פריינדליכע באציהאונג – צווישן מיר און עם – איך האב נאך נישט מחליט געווען וואס ער וויל פון מיר

אז מע רעדט שוין פון ציצית האב איך באמת א שווערע קשיא – איך האב אמאל געמיינט אז ווען איך וועל עלטער ווערן וועל איך פארשטיין אבער לא זו אף זו – לא זו איך ווער נישט עלטער נאר איך פארשטיי ווייניגער און ווייניגער…. גיי פארשטיי

עניוועי – האט איר שוין אמאל געזעהן א ריינע וואלענע ציצית? אזא גרויסע סייז – נישט אונטער די העמד? איך אויך נישט! עס איז כמעט נישט מעגליך עס צו האלטן ריין

ערשטענס איך פרוביר עס צו האלטן ריין זייער שטארק, ספעציעל זינט מיין מוטער פלעגט אנזאגן די קינדער זיך צו האלטן ריין ווי עס פאסט פאר א יוד, אלעס איז ריין – מיין טיש מיין העמעד מיין שוך – אבער נאר די ציצית נישט

ווי אויך זינט מיין הויז געזינט שעמט זיך ארויסצוגיין מיט מיר אויפן גאס אויב איך האב א שווארצע ציצית, קודם זאלט איר שוין אויך וויסן אז סע איז א סגולה פאר שלום בית – א שווארצע ציצית העלפט בדוק ומנוסה

פארדעם בנוגע דעם ענין – האב איך אין באנוץ אומגעפאר א 3-4 טליתים קטנים – על כל שמוץ שלא תבא, איז גיי מיר צוריק צו אונזער מעשה, דער ציצית עסט און עסט דורך דעם יאר… יע

ער טרינקט קאפי דא דארט – איך ברויך קיינעם נישט פארציילן ווי אזוי א ציצית ווערט שמוציג, פונקט גיבט זיך א גיס אויס אביסל אראנדזש דזשוס – נאר א קליינע קליינע פיצי פלעק עס לוינט נישט וועגן דעם צו קלינען דעם ציצית – ווייל די ציצית איז געל און די זאפט פון די מאראנצן זענען כמעט די זעלבע געל – סא – סע שאדט נישט

א קאפי אדער אויל פון לעבער איז דאך ממש די זעלבע קאליר פון די שמוציגקייט פון די איבריגע ציצית, אזוי ארום שלעפ איך זיך א לאנגער צייט מיט א שיינע ברוינע/געלע/שווארצע/רויטע וואלענע ציצית

*******

פאריגע וואך אמער – אלע שוואגערס קומען זיך צוזאם אין קאנטרי מע גייט מאכן א גריל

איך האב מיר שוין אנגעליינט גענוג דא אויף אייוועלט וועגן גרילס – איך האב שוין ביי מיר אפגעמאכט יעבור עלי מה – איך עס נישט ביי קיין גריל, איך וויל נישט אויסקוקן ווי דעי אלע אנדערע אויסגעברענטע טריקענע פליישאכטס

איך האב מיר גוט אנגעגעסן מיט אנדערע געשמאקע מאכלים וואס איך האב געטראפן אבי נישט פונעם גריל אזוי קום איך אן צום גריל מעשה מחותן, יעדער זאל עסן איך וועל עסן צום לעצט, (געווענליך בלייבט סיי ווי נישט איבער אבער קודם בין איך גוטער – איך על ווארטן)

סע קומט שוין יעדער האט שוין אפגעגעסן סע בלייבט איבער איין ‘סטעיק’ איך בין נישט הונגעריג – אבער נו בל תשחית אויף א גוט שטיקל פלייש, נו – טראכטענדיג אזוי הער איך מיין ציצית שרייען – געב מיר די פלייש אין פטור אן עסק
(נישט קיין שלעכטער פלאן איז עס….. קרעדיט זעמל)

שוין איך געב נאך, איך נעם א טעלער, איך לייג מיר אזוי אריין דעם שטיקל געבראטענס האלב טריקענער פלייש, אריין אין טעלער, איך זעץ מיר אנידער אין חלק אלף – די פלייש ארויפ אויפן ציצית האלבער ציצית איז פליישיג – ב”ה

איך לייג צוריק אריין דעם מחוצף אין טעלער, איך פרוביר מיט א מעסער צוצושניידן דעם שטיקל פלייש אין האלב – איך ציה אבער איך שנייד אהין און …… וואונדער איבער וואונדער – די פלייש טאנצט ארויס פון טעלער אויף די איבריגע שטיקל ציצית

אזוי איז מיין גאנצע ציצית יעצט אינגאנצן שמוצוג די קאפי מיט די פרענטש פרייס זענען שוין צאמגעמישט. די טשאלענט פון 2 וואכן צוריק מיט די פיצא פון פאר איאר זענען יעצט איינס און אלעס אלעס אלעס איז יעצט בשלום ובאחדות…… ממש אזוי ווי אין די אלע מעשיות וואס מעליינט

מחמת האי טעמא האב איך גענומען דעם ציצית צום קלינערס, געפלאנט האב איך עס דארט איבערצולאזן ווייל רוב קלינערס מאכן עס בכלל נישט אזוי שיין ווי זיי זאגן צו

למעשה קום איך אן צום קלינערס און היידע ממש נישט צום דערקענען א שניי ווייסע ציצית קומט מיר אנטקעגן…… יוש האב איך געלאכט :lol: הא

יעצט הייבט זיך אן א פרישע מלחמה, אבער ציצית מיינער דו ווייסט אז איך גיי געוואונען!!! קודם גיי איך יעצט מאכן א קאפי עמיר זעהן אויב ער איז שוין דארשטריג נאך אמאל

You must be logged in to post a comment.