ברוך השם מיר האלטן שוין דא אריין אינעם חודש ניסן ימי ערב פסח – מען האט אדורך געשוויצט אן עיבור יאר, עס איז גארנישט אזוי לייכט געווען נישט אזוי גרינג אנגעקומען

די בחורים בישיבת שלעפשיץ האבן געלערנט זייער פלייסיג אדורך אקערנדיג בלעטער גמרא שווערע סגיות הש”ס – און ד’ חלקי שלחן ערוך. עס לאזט נישט גליבן אז מען מאכט צו די טירן פון די ישיבה אויף בין הזמנים

די אינגעלייט און בעלי בתים האבן געהאט א עקסטערע חודש על המחי’ ועל הכלכלה על תנובת השדה… די קוטשמע האט היי יאר געמוזט ארבייטן מיט איין חודש לענגער – שווערע 30 טעג האט ער געמוזט אנהאלטן מיטן ווארעמען די קערפער – זיך נישט געלאזט פון די ווינט’ן און קעלט – שנייען און בלאזן, מיט אן עקשנות האט ער אנגעהאלטן – נאך א שווערע הארעוואניע האלטן מיר שוין בין בזמנים פסח תשע”ו צום גוטן

בין הזמנים פסח ווייסן מיר איז אביסל גרינגער ווי בין הזמנים תשרי, די שטומינג איז מער יום טוב’דיג, חודש תשרי איז די הו-הא א גאנצן חודש VS חודש ניסן איז עס אביסל ווייניגער – דאס הייסט, אז תשרי אין אמת’ן הייבט זיך שוין אן ביים ערשטן שריי “לדוד” וואס קומט נאכ’ן ערשט’ן בלאז מיטן שופר די לופט איז מער אנגעשטרענגט – די נערוועזיקייט איז מער אנגעזעהן, נישט אומזיסט איז עס אזוי, עס איז דאך ימי הדין, עניוועי עמיר נישט צופיל מאריך זיין וועגן תשרי – איך וויל נאר צוקומען דא צו די ימי הניסן

ימי ניסן זענען מער פרייליכערע טעג, עס הייבט שוין אן ווערן ווארעמער די טעג, די קעלט לאזט שוין אביסל נאך, מען העלפט מיט’ן איינקויפן לכבוד פסח, יעדער ארבייט צוזאמען

ימי תשרי האט נאך א זאך וואס די ימי ניסן האט נישט (אזוי האב איך געמיינט ביז היינט) – דאס איז די כפרות

די כפרות איז א מין באשעפעניש וואס די יודן קויפן זיך איין – יעדער דרייט – איינער דרייט מיט פיש איינער מיט גלעט אבער רוב יודן ביים היימישן צוביר דרייט מיט א בעל חי’ די גרוך וואס די כפרות ברענגען מיט מיט זיך איז עפעס אויסער געווענליך, עס שטינקט אן די גאס – נאר טראכטענדיג דערפון כאפט מיר אן עקל – פארן אנקומען שמעקט שוין, און היפש נאך זייער אוועקגיין קען מען נאך שפירן די איבערבלייבעניש, משא”כ פסח צייט איז נישט דא דעי זאכן

אבער ט”ו – ט”ו גזירה שוה – שפאצירענדיג אזוי אויף ד גאס האב איך אנדעקט א גאר מאדנע סצענע – איך האב געטראפן איבער אלע גאסן “טאנצעדיגע פיש”  די פיש פרייען זיך גאר צו זיין ביים סדר טיש אקאראט אזוי ווי כפרות פרייען זיך מיר זאלן מיט זיי דרייען אויפן קאפ און האבן א מחילה סליחה וכפרה

איך בין געבליבן שטיין היפש א וויילע ביי די מעמד איך האב געווארט די פיש זאל זיך נעמען רעדן אדער סתם מיר איינמעלדן וועלעכע לידל ער זינגט זיך אונטער בשעתן ריקוד – פסח איז גארנישט אינטערשטעליג
אזוי איר קענט זעהן דא!

You must be logged in to post a comment.