לעצטענס דרייט זיך ארום א עד פאר שבת טיולעט פעיפער

וואס אן אמת איז – איך בין נישט אזוי גוט אין מוחה זיין אבער דא איז ש’טייטסעך גאר אן אנדערע מעשה, דאס איז שוין ארויס פון אלע גבולים ממש

א שטייגער ווי מחוצפים זאגן אז קאקעגעלעך איז נישט א יודושע געים אונז ווייס מיר אבער יא אז קאגעלעך איז ערפונדן געווארן דורך יונגלעך אין חדר. איך וואלט אפי’ געזאגט די יונגלעך פון מיין חדר אבער אזוי ווייט עט עטס מיר נישט גלייבן

אבער דא ביי דעי מעשה מוז איך שוין יא ארויסשרייען – דעם אמת מוז געזאגט ווערן

***

דער עד טענה’ט אז מע גייטאדער מ’האט “רי-אינווענטעד” די שבת טישאס – להוי ידוע אהובי ידידי – דאס גייט נישט געשעהן, מע ריאינווענט נישט גארנישט – קיינער כאפט נישט

די טוילעט פעיפער אזוי ספעציעל געשניטן לכבוד שבת קודש קומט שוין מיט, מיט אונז אין גלות דורי דורות, נאך ווען מען פלעגט באזוכן זייד און עלטער זיידי פלעגט אלץ זיין אויף דער ערד ארום געשפרינגעלט אין ביהכ”ס, אזוינע איינצעלענע טישאס וואס זייער פָּאר האט שוין לאנג געזעהן דע לופט פון אונטער די ערד, והמבין יבן

עס איז א ספעציעלע סייז, אזוי ווי היינטיגע פארגעשריטענע קאמפעניס מאכן די סעלפאנס וכדומה ספעציעל די סייז פון א קרעדיט קארד, אזוי זענען געווען די טישאס, עס איז געווען די פערפעקט סייז וואס איז אריין אין טאש אין יענע טאש וואס די דזשילעט פלעגט זיין? ניין! נישט יענע, לעבן דעם פלעגט זיין א טאש וואס איז געוען געווידמעט פאר טוילעט פעיפער

ווען מען האט נאר געברויכט טישאס, אינמיטן גאס אדער ווען מען איז אוועקגעפארן שבת איז דעי שבת פעיפער מיטגעקומען, עס איז געווען אזוי ווי די שבת הוט, לאזן אינדערהיים איז נישט געקומען אין באטראכט, די געפוצטע, אויפגעקלערטע, איך ווייס נישט וועלעכע נאמען זיי אנצוריפן, אהה די פענסי איך האב עס, די פענסי מענטשן פלעגן חוזק מאכן און עס רופן די סאטמארע טוילעט פעיפער, איך ווייס נישט וואס סע האט מיט סאטמאר, אבער זעסט אז סע איז חסידישע שבתדיגע הייליגע טוילעט פעיפער – און דא אזא בראך

REINVENTEDֱֲֲ!

היו לא תהי’ – עס בלייבט ביים אלטן

נאך א זאך פארוואס עס בלייבט ביים אלטן, הער צו: ווער עס געדענקט אין ישיבה (אן א נאמען דאסמאל) ווען א בחור איז א חתן געווארן צו מזל און צו ברכה פלעגט מען נעמען אזא פעקל געשניטענע טוילעט פעיפער ארויפגיין אויפן העכסטן מקום אין ישיבה אמאל די דאך פון אינעווייניג אמאל די דאך פון אינדרויסן, אין…. מיטן גאנצן קראפט און כח ארויף געווארפן לשמי שמים, אזוי ווי משה רבינו האט געטוהן מיט שחין, אזוי ווי העכער ארויף אלס בעסער

ויהי לשלג, די גאנצע בנין/פארקינג לאט איז געווארן באשפריצט און באשנייט ווייס, עס פלעגט זיך אזוי שיין צושפרייטן אויף א גאר גרויסן שטח, דאן האט די גאנצע ישיבה אויסגערופן – אה! איינער איז א חתן (אזא קואד געווען צווישן די בחורים). יא

נו יעצט מיט די רי-אינווענטעד טישאס ווי קאן מען אזוינס באווייזן?? מען קען נישט בשום אויפן

איך רעד שוין נישט ווען אמאל פלעגט מען טרעפן אביסל ברייטערע אמאל צו שמאלע, דאן פלעגט מען אהיים ברענגן פון יענע שול און לאכן וואסערע פאני טוילעט פעיפער זיי האבן

***

ווער געדענקט נאך מחנה רב טוב מיט די טוילעט פעיפער ביי די בוילער רום?? איך מיין צופיל זכרונות מיט דעי טישאס צו ריאינווענטן

עניוועי – וואס זאל איך אייך מסביר זיין? מען קען דעיס נישט טוישן אפי’ פאר גרויס געלט
טריי סאמטינג עלס! הא

You must be logged in to post a comment.