אכטונג אנשי שלומינו דקהל חסידי שלעפשיץ, די רבי וועט אריינקומען צום מעמד פרשת המן אום 2:30 שארף

אזוי האט מען אויסגערופן הויך שטאט קליפ און קלאר אין די ברייטע גאסן פון שטאט, יעדער האט געקענט הערן אן קיין שום שטער, עס איז געווען גענוג הויך פאר אלעמען מיטצוהאלטן

יום ב’ בשלח איז עס געווען, ווען מען האט אהיים געשיקט צעטלעך מיט די קינדער פון חדר, מארגן מוז יעדער קומען מיט א ווייסע העמעד, מען וועט טיילן סאלאמי סענדוויטשעס בשעת די רבי וועט באזינגן הָמן, עס וועט זיין קאלטע רויטע קאלעי וואסער, געמישט מיט צוקער קיינער זאל נישט מיט ברענגן די אייגענע צוקער חלילה

פון כתה ח’ און העכער, זאל מען ברענגן קליינע שאוולען, די רבי וועט ווארפן מן, א קליינע באשטאנדייל פון ווייסע זאמד, ווער עס קען כאפן איז א סגולה בר-מצוה צו האבן דעם יאר. ארבייט בדוק ומנוסה

ווער עס איז זוכה און האט בר מצוה יענעם יאר טאקע פון די מעשה שאוולען, וועט ווערן אריינגערופן אל הקודש פנימה, צו לייגן תפילין ביי רבין ביום חפתו לרגל הכנסת לעול תורה ולתפילין

דעם קומענדיגען טאג יום ג’ בשלח, אלע קינדער קומען שוין אן און חדר מיט די ווייסע העמעדער, די בחורים פון שיבע קטנה ברענגן די ווייסע זאמד וואס די רבי גייט ווארפן, די שיבע גדולה דרייטן אן די פרענשטעס און די יונגעלייט קומען מיט אן אויסגעריטן גוף און א צאמגענומענע נשמה

די ספיקערס שרייען ארויס ‘טעסטינג טעסטינג’ (א וואונדער ווי אזוי די ספיקערס ווייסן אלעמאל צו שרייען טעסטינג איינמאל זיי ווערן איינגעפלאקט), די בליצערס פון די בילדער כאפערס הייבן שוין אן צו בליצן – פון אלע זייטן וויל מען פאראייביגן דעם מעמד נפלא – אמירת פרשת המן

אט האלט מען שוין דא – 2:30 די רבי שפאצירט אריין, מיט א קליין קריגל געקויפט אין עמעזינג סעווינגס, דער ראש הקהל קריגט א שיינע זילבערנע שאוועל’ע ער הויפנט אן א גויפן, און שיט אריין אינעם רבינ’ס קליינעם קריגעלע א בערגעלע ווייסע זאמד, (אזוי ווי צוקער האט עס אויסגעקוקט – די זעלבע ווי מען לייגט אריין אינעם קאלעי וואסער) איידער מען מישט עס אויס

ווי נאר עס ווערט פול די קריגעלע – מאכט מען עס צו מיט אזא ספעציעלע האלצערנע דעקל, מען לייגט עס אראפ שיין אויפן טיש, די כאר הייבט אן שטילערהייט צו ברומען…. זייער שטיל קוים וואס מען הערט עפעס

דערנאך ווערט עס גרעסער און גרעסער איך מיין צו זאגן העכער און העכער….. מען קען שוין הערן ווערטער, זיי זינגען… הנני הנני הנני הננני…… ממטיר לכם לחם….. לחם …. לחם…. לחם

ווי נאר מען הערט די ווערטער וואס זיי זינגען הייבט אויף די רבי די הענט אינעם הענט זעהט זיך אן דעם קריגל מיט מן, די מוזיק הייבט אן באכענען………. הנני הנני הנני……. ממטיר………… ממטיר…. לחם לחם

די גאנצע עולם גייט ארויס און א רקידה של מצוה. דאן קריגן די קינדער די סענדוויטשעס כדי זיי זאלן נישט טאנצן, ווייל זיי קענען נאך נישט די ‘ביעט’ אזוי גוט

נאכן טאנצן, הייבט די רבי אן ווארפן ווייסע זאמד און אלע עקן זאל, די קינדער פון ח’ און העכער ווי פריער געשמועסט, האבן דין קדימה צו כאפן, איינמאל יעדער איז שוין אינגאנצען ווייס נישט נאר די העמעד, גייען זיי צוריק אויף זייער פלאץ דאן קומט שיבה קטנה, דערנאך שיבה גדולה וחוזר חלילה ביז די טרעילער ווייסע צוקער איז שוין אויסגעגאסן אזש מען קען שוין נישט וואקן, יעדער גליטשט זיך איינער אויפן צווייטן, ביז מען קריכט ארויס פון זאל אויף אלע פיר

דאן גייט מען אריין אינעם צווייטען צימער, ווי דארט ליגט זאגערלעך (זעהט אינטן אויפן בילד) יעדער ווער עס קעהן עברי הייבט אן זאגן צוזאמען, פסוק בפסוק מיטן רבי’ן, דערנאך הילכט אפ א שיינער קדיש וואס איינער פון ריזן עולם שלאגט פאר

ווען מען ווערט פארטיג מיטן זאגן ווארטן שוין אלע באסעס אהיימצונעמען די קינדער, עס איז נישט דא קיין ענגליש, סע איז יו”ט אינדערוואכן היינט. די בחורים גייען צוריק אין ישיבה ווי טאטעס, און די טאטעס גייען אהיים זיך אפרייניגן פונעם ווייסן שטויב

ע”כ המעמד בצוקיר נמרץ לפי שאני טרוד במלאכתי

You must be logged in to post a comment.