צווישן די געהויבענע עשרת ימי תשובה טעג זענען יודן פארנומען מיט מצות, איינער טוט די מצות, און דער צווייטער איז מזכה דעם דריטן מיט מצות, אלעס איז אבער ביזי מיט מצות

איך בין פון דעי וואס ברויכן שוין האבן אן אתרוג גרייט פאר יום הקדוש, איך בין נישט קיין לעצטע מינוט’יגער מענטש איך קום אנגעגרייט, איך גיי קלויבן אן אתרוג, אויסקלויבן א פרי עץ הדר, אזוי האט מיין טאטע געטון אלע יארן מיין זיידע זאל זיין געזונט האט אונז אזוי געלערנט, א שיינער גודל מיט א ריינער בלאט פלעק, וואטעווער איט מינס

שפאן איך מיר אזוי אריין צום אתרוג סוחר פון מיין שול ווי איך דאווען שוין יארן, (נאמען געהיט צוליב עפעס וואס גייט שטיין ווייטער) איך קום אריין און הייב אן מעשה בעל הבית מיט מיין תורה’דיגן לשון למודים, איך זעץ זיך אוועק לעבן טאטי – מען הייבט אן זוכן מען רוקט די גלעזער ארויף, די נאז אראפ, אין דא זעה איך א בליץ טראפ און דארט א אנדערע מין זאך גארנישט איז נישט צום הארצן

בכלל וואונדער איך זוך פארוואס קען מען נישט גלייך געבן די שיינע אתרוגים פארוואס ברויך מען קודם געבן אלע נישט אזוינע שיינע נאר נאכ’ן בעטן א האלבע שעה קומט ער צוריק פון זיין געהיימע שאכטל מיט א קליין ווייסע באקסעלע און רופט אויס ספאנטאדש! מיט די הענט אין די הייעך

אה איך האב עפעס געטראפן פאר אייך….. דא נאדיר א יופי!, איין יאר האב איך עם שיעור נישט אראפ געביסן דעם פיטום

א האלבע שעה בטל’ט מען דארט – געב מיר א בעסערע געט מיר אן אנדערס, ביז סע קומט צו א צייט אז איך זעה אלעס גרין די פארגרעסערונג גלאז ווערט גרין פאר מיינע אויגן, די ווייסע לעקטער איז געווארן גרין, און איך ווער פארשימלט און גרין

עניוועי נאך א שטיק צייט, מאכט מען שלום מיט’ן מצב מען נעמט א 2-3 שטיק, די 2-3 וואס מען אויסגעוועלט פאר די שענסטע, קודם שלאפט מען עס איבער, דערנאך גייט מען צום רבי’ן אויסשמעקן וואס ער גייט זאגן

ווי נאר איך קום אהיים פונעם שפיל, נישט נאר איך האב מיר ארום געהרגט מיט’ן אתרוג סוחר נאר האב איך נאך באצאלט א פעטן אפותיקי….. מיט א זיגרייכן שמייכל מיט’ן באקאנטן דידן נצח תנועה לייג איך עס אראפ אינעם “טשייניג קלאזעט” אזוי שטייטעלעך

ווי נאר איך מאך צו אזוי שטייטלעך די ריגעלע אויפ’ן טשיינוג קלאזעט טירעלע, רופט מיר אפ א חבר/ברודער
איך האב יעצט געטראפן א מעכטיגער ריינער שיינער אתרוג ממש וועסט נישט גלייבן פאר ממש פעניס – ערגעץ ווי אין פלעטבוש
מיט א הכשר פון התאחדות

וויפיל געלט פרעג איך עם אזוי שפאטיש?
נע א $20 זאגט ער מיר מיט אזא עקסייטמענט אין זיין שטימע

נו פרעג איך דיר קען מען נישט פלאצען?? אבער נאך ווי

*****

דאס איז געווען ביז היי-יאר, אבער היי-יאר איז שוין גאר אן אנדערע מעשה איך גיי שוין א באשטימטע צייט פון פריער אפגעשמועסט מען זעצט זיך אראפ מע נעמט ארויס די נושא כלים, מע טוט אן די גארטל

איך בין שוין א פראפעסינאלע אתרוג באקוקער, איך זעה אויפן פיטום וואס די די אתרוג סוחר זעהט אויף מיין נאז אזוי ווייס איך וויפיל ער גייט מיר טשארדזש’ן

עניוועי – איך כאפ חלילה נישט אן די אתרוג מיט די האנט, נישט ווייל עס שטייט אויפן צעטל אין קידוש לבנה אותיות “ביטע נישט באטאפן די אתרוגים נאר מיט א פאפיר”, נאר ווייל איך ווייס שוין אז א אתרוג כאפט מען אן מיט א פאפיר און שוין

ווי אויך ווייס איך אז אויב איז דא א האר קען מען מיט א קליינע בלאז עס אוועק בלאז’ן

נאך איין זאך וואס איך האב נעבעך געוואוסט: אז אויב איז דא א שמוץ וואס פליט נישט אראפ מיט א קליינע בלאז קען מען נעמען די ספאנזש פון די אתרוג באקס אין עס ווישן. (אזוי האב איך געמיינט) נו גוט

איך בעהט עם אפאר שאכטלן פון די ‘העכערע פרייז אתרוגים’, היי יאר קום איך יו”ט אין שול יהי’ מה שיהי’ מיט א שיינער אתרוג
הער אויס א אתרוג איז אנגעוויזן אויפ’ן הארץ – ווער נאך ווי איך – האט אזא גוט הארץ???

איך קוק אזוי די טייערע סוג גידולים מיט’ן חגורה אזוי וויל איך מיט א ספאנדזש אראפווישן דעם פלעקל און פלוצלונג….. (אזלא גרש) קומט דער שמש צו לויפן, דו בוסט פון קאפ געפאלן??? וואס טוסטו

יעצט ווייל דו האסט געקראצט מיטן ספאנדזש גייט באלד ארויס קומען די ברוינע פינטעלעך….[פינטל פינטל] און קיינער גייט מער נישט בלא בלא בלא, איך האב שוין נישט געהערט וואס נאך ער זאגט איך האב געדראפט דעם אתרוג און געלאפן

היי יאר עט מיר שוין אויך גוט זיין נישט אזא טייערע אתרוג אבי עס איז ב”ה הערליך סע מוז נישט זיין יצא עניך

*****

פארדעם איז געווידמעט דעם ארטיקל, מיר בעטן אלע וואס ווייסן יא אזוי גוט ווי מיר אדער בעסער ווי אזוי צו באקוקן אן אתרוג אן שאדן מאכן חלילה אן אתרוג זאלן דא ארויפ לייגן

ווי למשל מיין שמש האט געגעבן אזוינע ספעציעלע ווישערס

ווי אויך: ברויך איך הילף – וואס קוקט מען אויף א אתרוג?? שענער געוואוקס אדער ליבערשט ריינער?? וואס טוט איר

 ( קויפטס אתרוגים ביי שלום לויפער ווייל ער איז….. תלמיד)

You must be logged in to post a comment.