נשבה ארון אלוקים: הרה”ק מ’טאהש זצ”ל כ”ז אב תשע”ה

בערך 1:34 נאכמיטאג קריג איך א טעקסט עס ליינט זיך ווי פאלגענד: טאהשער רבי איז נישט אקעי ברויך רפואה

עס איז נישט דער ערשטער מאל נעבעך וואס ס’פארט ארום א טעקסט אז רבינו משולם פייש בן צירל ברויך א רפואה
יעדעס מאל עקסטער טוט מיר עס נאכאמאל וויי, מער ווי א קרעכץ און א קאפיטל תהילים וואס קען איך טוהן

שפעטער אין טאג אביסל איז געווארן א פלאן צו פארן קיין מאנסי, בערך 3 נאכמיטאג קום אן צום רענטל מען גייט דינגען א קאר צו פארן קיין מאנסי, אזוי שטייענדיג ביים רענטעל פארציילט ער מיר די נייעס “בד”ה טאהשער רבי איז נפטר געווארן”, איך טראכט נישט קיין צוויי – גיב מיר א קאר איך פלי יעצט ארויס קיין טאהש

איך רוף אן א חבר פרעגן צו ער איז אוודאי געוויס שוין גרייט צו פליען קיין טאהש. איך דינג מיר א ווען, כ’אפ מיין טלית און תפילין, ‘איזיפעס’ אייפאד ווייער, אונטער 5 מינוט בין איך שוין ביי מיין חבר’ס טיר, ער שפרינגט אריין און ויסעו

*******

ארויף אויפ’ן עפ. די. אר. איז אזוי ווי אלעמאל, אביסעלע טרעפיק אבער ב”ה נישט צו שטייט ביזן 17 האב איך נאך געהאלטן אין איין באקומען אפדעיטס פון אלע טאהשע טעקסט גרופעס א גרויסן שכח פאר קול טאהש אויף טוויטער פארן האלטן דעם עולם אינפארמירט, עס האט אסאך געהאלפן דורך די גאנצע צייט

“סע גייט זיין פרי, האסט נישט וואס צופארן” האט יעדער געשריגן, איך האב אבער געטהנ’ט אין וומס”ג קען איך נישט בלייבן, איך מוז אהין אנקומען ווי שנעלער

ווי העכער ארויף ‘נארד’ אלץ מער יודן האט מען געזעהן פליען, איך האב נישט געוואלט כאפן א טיקעט האב איך נישט צו סאך געספיט, אפשר א פיצי העכער 80 אמאל דא דארט אבער אלגעמיין האב איך זיך געהאלטן צום געזעץ, יעדע פאר מייל איז מיר א יוד אדורך געפלויגן, רוב עולם איז געפלויגן אויף 90 – 100 אדער מער

ביים גרעניץ איז געווען א היפשער טרעפיק, איך האב געהאלטן אין איין הערן פונעם עולם וואס האבן שוין געהאלטן נענטער ארויף, מאנכע האבן געווארט א שעה ביים גרעניץ, איך בין אנגעקומען א שעה שפעטער פון די גרויסע ‘באבל’ במילא האב איך נאר געווארט ממש 15- 20 מינוט, ער האט מיר געפרעגט ביז וועהן בלייבסטו און געגאנגען – ממש א מינוט געדויערט ביים וועכטער

נאכן גרעניץ האב איך א פיצי געבלאנדזעט כדרכי בקודש, יעדעס מאל איך פאר ארויס פון די געגענט מיט אדער אָן א דזי.פי.עס. מוז איך ערגעץ פא-פארן, רוב מאל עכ”פ זיכער

אנגעקומען זעמיר שוין נאך די הספדים, גלייך ביים אנהייב לוי’, עס איז געווען טונקל אויף די גאס, איך האב מיר צוגעשטיפט צום קאר ווי די ארון איז געווען, איינע פון די ניקים דא האבן מיר געהאלפן אנכאפן דעם קאר

איך האב באגלייט די קאר, מיט שטיפענדיג זיך מיט’ן עולם, זאגענדיג יושב בסתר, איינער האט געזאגט הויעך און יעדער האט מיטגעזאגט, איינמאל און נאכאמאל ביזן מקום מנחתו, (עס כאפט מיר די טשיללס נאר פון זיך דערמאנען) אזוי האט עס אויסגעקוקט – יושב בסתר עליון…. יעדער צוזאמען זאגט – ביז די צווייטע מחסי, האט מען זיך אפגעשטעלט געכאפט דעם אטעם און אודך. יושב בסתר עליון….. בצל שקי יתלונן….. מחסי

אזוי האט מען געזאגט און געוואקט שטייטלעך, די שיך און הויזן זענען געווארן ‘מעראסטי’ג’ אבער ווער האט צייט צו טראכטן דערוועגן יעצט, מען איז פארנומען מיט העכערס. באגלייטן דעם רבי’ן למקום מנחתו צום לעצטן מאל וואס מיר האבן דעם כבוד צו שטיין א פוס 2 לעבן רבי’ן

מען האט זיך אפגעשטעלט ביים טיר פונעם בית החיים, מען האט געטראגן דעם ארון מיט די הענט, איך בין שוין געווען אויסגעמישט צווישן דעם עולם איך האב מיר שוין נישט געהאט קיין כח צו שטיפן

יעדער וואס וואס האט זיך נאר פארופן אלץ תלמיד פון טאהש האט מען געזעהן מיט א צוריסענעם רעקל אדער חאלאט, איך האב נאך קיינמאל געזעהן אזא גרויס עולם מיט צוריסענע קליידער, יונג און אלט צוגלייך, עס האט מיר היפש צושאקעלט

עלטערע וואס האבן נאך געקענט דעם רבי’ן פון אמאל – יונגערע וואס האבן ערשט לעצטענס זיך צוגעשארט צו טאהש אלעס אלעס איז געווען פארוויינט, פארפאלן א צדיק הדור איז ער געווען

איך בין געשטאנען גאר נאנט צום אויפגעגראבענעם לאך, אביסל האב איך פרובירט ארום צו גיין צווישן דעם עולם הערן יעדער וואספארא קשר ער האט געהאט מיט’ן רבין, יעדער יעדער האט געהאט עפעס צו דערציילן, די רבי האט אזוי אדער אזוינס געזאגט און געטוהן

אוי איך געדענק נאך ווען די רבי פלעגט אונז בענטשן, מען האט קוים געקענט הערן וואס די רבי זאגט אבער זיינע הייליגע הענט האט מען געשפירט

דערנאך ביים לייגן זאמד, האט מען מיר אנגעוויזן צו לייגן זאמד מיט די הענד היות עס איז נישט געווען גענוג שאוולען, מיט מיין הענט האב איך גענומען אביסל זאמד ארויפ געלייגט אויפ’ן גרוב ווי מען האט באדעקט דעם גוף קדוש, אריין געווארפן א קוויטל, און זיך געשטעלט און די זייט, לאזענדיג דעם נעקסטן טוהן די זעלבע

דערנאך האט כ”ק אדמו”ר שליט”א געזאגט ברוך דיין אמת בשם ומלכות, ער האט געזאגט א קדיש, עס האט אפגעהילכט אן אמן יהא שמיה רבא ביזן כסא הכבוד. דער אויבערשטערס נאמען זאל שוין געגרויסט ווערן

מעריב האב איך געדאווענט אויפן פעלד, עס האט זיך פארמירט א מנין

בערך נאך 1 איז דער עולם זיך צוגאנגען, איך האב נישט געקענט אזוי שנעל אוועק גיין, איך בין נאך דארט געבליבן אויפ’ן פעלד רעדנדיג צו די שטערן, זינגען מיט די גראז, אבער קיין ניגון איז נישט געקומען. איך האב נישט געקענט איבערלאזן דאס פלאץ אזוי שנעל. איך האב געוואלט זיך אראפלייגן שלאפן דארט שטיל ווי קיינער באדערט נישט שא שטיל, אלעמענס הערצער זענען געווען אזוי צובראכן מען האט עס געקענט טאפן מיט די הענט, איך בין דארט געבליבן ביז איינס פאר דער לעצטער מענטש, עס איז דארט געווען א סעקיוריטי מאן א דוי וואס האט געווארט – איך האב עם נישט געוואלט אויפהאלטן בין איך אוועק געגאנגען אזוי שפאצירענדיג מיט עם אויפ’ן וועג צוריק רופט ער זיך אן:

this tzadik has no trial he went right away to heaven

אוי ווי ער אליין ווייסט נישט ווי גוט ער זאגט!

מען האט אויסגערופן: אין בנין ישיבה וועט זיין צו עסן פאר די געסט, איך בין אהין געגאנגען, בערך 2ייע צייט, קיין פלייש איז שוין נישט געווען, נאך גוט איך האב איינגעקויפט סענדוויטשעס אין וועלערא גאז סטאנציא אין ניו דזערסי, אויפ’ן וועג ארויף האב איך געהאט אויף וואס צו עסן. הגם סענדוויטשעס מיט פרוכט איז נאך אויך געווען אין ישיבה

דערנאך זעמיר געגאנגען אין אבריכם איך האב אנגעצונדן דעם ערשטן ליכטל לעילו נשמת רבינו הקדוש רבינו משולם פייש בן מרדכי זצוקלל”ה, אוי עס איז שווער אויפן הארצן

ארויסקומענדיג פון אבריכם האט מיר באגעגנט מיינס א קרוב ער האט געבעטן א היטש צו זיין קאר, ביז בי.בי. פעלעטס, עס איז נישט געווען ווי צו פארקן בשעת’ן אנקומען צום לוי’, האב איך עם אהינגעטראגן דערנאך בין איך צוריק אריין אין שטעטל, איך און מיין חבר זעמיר געגאנגען אויף א שפאציר, זעהן טאהשער שטעטל נאך איין מאל

ארום שפאצירנדיג האב איך מיר דערמאנט וואס מען פלעגט זאגן פאר די קינדער נישט צו גיין אונטער דעם רבינ’ס הויז ווייל דארט דרייען זיך שדים, (דארט איז די מקוה טהרה) מען האט נישט געלאזט די קינדער דארט גיין קיינמאל. מיר זענען טאקע קיינמאל נישט אהין געגאנגען, איך רעד שוין נישט אז מיר קינדער האבן געהאלטן אז די רבי איז אזוי גרויס אפי’ צו שד’ האט ער א שפראך

מיר זענען איבערגעשלאפן אין א האטעל 6 מייל ארויס פון טאהש

******

אינדערפרי זעמיר גלייך ארויס צוריק קיין טאהש, געגאנגען הכנות מקוה, געדאווענט האמיר און אבריכם

איך האב נאך געוואלט אריינכאפן די שמעק פונעם אבריכם בילדינג נאך איין מאל, הגם איך געדענק נאך ווען עס איז געווען פריש געבויט, אוי איז אמאל געווען א בנין הערליך הערליך צוגערישט, איך בין ארויס אין די בעק פונען בנין (דארט איז אמאל געווען אן אפיס עס פלעגט דארט זיין זייער זייער אסאך פעקלעך ראבבער בענדס). די הימל איז געווען פארוואלקענט איך האב נישט געקענט לאכן אפי’ די לאך לעבן אבריכם איז נאך דארט געווען. והמבין יבין

נאכ’ן דאווענען שחרית זעמיר געגאנגען עסן פרישטאג אין ישיבה קטנה בילדינג, אייער פוטער טונע און נאך, מיר האבן געבענטשט און אריין אין קאר

עס איז זיך אזוי נעבעכדיג אהיים געפארן, דורך די אלע יארן איז נישט געווען דאס מין, נישט זיך געזעגנען פונעם רבין און יעצט פארט מען אהיים אזוי אן זיך געזעגנען עס פילט זיך זייער ליידיג. די רבי איז שוין נישט מיט אונז. עס בענקט זיך צוריק צו די אלטע צייטן

די ערשטע נס אויפן וועג אהיים פונעם רבי’ן – ביים גרעניץ זאגט מיר די באאמטע אז מיין פאס איז אפגעלאפן, איך ברויך עס איבער פרישן. (אויפ’ן וועג ארויס האבן זיי עס ניטאמאל באמערקט)[גראדע איז עס געווען א טעות איך וואלט קיינמאל נישט גענוצט אן אפגעלאפענעם פאס במזיד] בערך  ביינאכט 9:30 זעמיר אנגעקומען אין וויליאמסבורג.

You must be logged in to post a comment.