הערט א מעשה ליבע יודן

די וואך – איך מיין אנהויב פאריגע וואך, קומט מיין אשת חיל מיט א באמבע, מען זאל אריינמופן צו די שוויגער
אזוי וועט זיין גרינגער פאר מיר, פארשטייט זיך ווען פאר מיר איז גרינגער איז פאר דיר גאר זיס און פריילעך

נו נאך אזוינע ווערטער ענדיגט זיך די שמועס אוודאי ביים שוויגער, איך מיין צוזאגן מען גייט צום שוויגער אויף שבת

איך בין דאך אין גוט’ן מיט מיין שוויגער – איך רעד נישט צו איר און זי קוקט נישט אויף מיר ביינאונז איז אלעס כשורה, נישט געזארגט – איך בין באמת גוט מיט די שוויגער נאר איך מיין ארויסצוברענגן אז איך בין שוין לאנג נישט דארט געווען אויף א שבת, איך בין געוואונט צו זיין ביי מיר, די טשאלענט איז בעסער די שלום בית איז בעסער אפי’ די זמירות געלונגט בעסער ביי מיר אינדערהיים

נישט חלילה אז מיין שווער קען נישט די ניגונים וואס איך זינג – די פראבלעם איז נאר אז איך קען נישט די ניגונים וואס ער זינגט. במילא איז מיר מער אנגענעם ביי מיר אינדערהיים

שוין איז די מעשה אזוי – מיר מופן אריין צום שוויגער פון פרייטאג נאכמיטאג ביז מוצאי תשעה באב תשע”ה – לאמיר זעהן וואס איז געשען

פרייטאג צונאכטס איך קום אהיים פון שוהל הונגעריג ווי א בער – שוין 2 וואכן וואס איך עס נישט געהעריג (טועמיה) מע גיבט א חינדל אפ די גמרא – די זוהר מיין איך צו זאגן, מען מאכט קידוש אלעס ווי געהעריג איך האב מיך אפי’ נישט פארגעשטעלט די קומענדיגע

יעדער וואשט זיך צוזאמען – כל שיש בבת אחת יש בזה אחר זה, אלעס זיצט שוין מען מאכט המוציא…….. איך הייב אויף די חלה דעקל – אט בייווייזט זיך א שרעקעדיג בילד א גרויסע ריזיגע חלה ליגט דא פאר די אויגן – איך האב מיר אזוי מין דערשראקן

איך האב אראפגעפליקט די גאנצע חלה….. מיט איין שלונג
איך האב נאך מיט געטרינקן די חריף כדי די חלה זאל נישט בלייבן שטעקן

יעדער ענדיגט די חלה מיט די געטונקעריי מען ברענגט אריין די פיש, איך זעה ווי מען ברענגט מיר אזא גרויסע ריזיגע שטיקל פיש אזא לעבעדיגע סעלמאן מיט געפילטע אין די זייט, איך האב נאך אזוינס נישט געזעהן – יוש האב איך מיר דערשראקן

איך האב אראפגעגליטשט די גאנצע טעלער פיש נישט איבערלאזענדיג אפי’ א פיצי לעק זאפט
אזא מין זאך דאס

דערנאך אן קיין שום ווארענונג קומט אריין א מעכטיגע טעלער זופ, אוטש האב איך מיר דערשראקן

אריינגעכאפט דעם זופ מיט די לאקשן נישט ציילענדיג די בעבלעך – אלעס אין איין חד גדיא

ביי די פלייש האב איך שוין געציטערט צו קוקן – איך האב גענומען מיט א גאפל א קליינע שטיקל מיט איין פערפ אין געקוקט די אנדערע זייט

איך האב נאך באקומען אלץ א מתנה די בענטשן – אוי האב איך עס געכאפט, נאכן בענטשן האב איך מיר גארנישט דערשראקן איך האב אראפגעשלונגען די גאנצע כוס אן טראכטן

סע קומט צו גיין שלאפן – כאפ איך דעם בראך, אין מיין הויז האב איך א שיינע סייז מאטראץ – איך, מיין הענט און פוס אלעס האט פלאץ אסאך מאל אפי’ מיין הוט און רעקל אויך, אבער דא ביים שוויגער – מיין קאפ האט פלאץ מהיכי תיתי, אבער מיין הענט שוין נישט מיין פיס אפגערעדט אז נישט

דערשראקענערהייט האב איך אראפ געלייגט מיינע גלידער אין בעט נישט רירענדיג קיין איין אבר איך זאל חלילה נישט אראפ-פאלן, געמיינט האב איך אז איך וועל נישט קענען איינשלאפן

ביזדערווייל בין איך אזוי גוט געשלאפן – אריינקומענדיג אין שול ביי נשמת (עס פאסירט כמעט קיינמאל נישט) אזוי שפעט! זאגט מיר מיין חבר “אה בוסט יא אנגעקומען! איך האב מיר אזוי דערשראקן

You must be logged in to post a comment.