סענדי גיב מיר א קענדי – קרעדיט מיכאל

איז אזוי, ווי הייב איך אן?

איך זיץ יעצט דא אזוי באקוועם איך לאז דעם נייעם מיכאל אלבום לויפן
סע שפילט מיר אזוי אונטער סע שרייבט זיך גרינגער

מיכאל לאמעך דיר זאגן אפאר ווערטער

העלא מיכאל: א גוט יאר
מיכאל הער מיך צו, מן הסתם בוסטו נישט צופיל נייגעריג וואס איך שמויגער האב צו זאגן און קייען
דאך וויל איך דיר זאגן וואס איך האלט מוז געזאגט ווערן

דאס אז “דו קענסט” דאס ברויך איך דיר נישט זאגן
נאר דאס אז דו האסט מיר געגעבן צו הערן אז אפי’ “דו” קענסט אויך -דאס הייסט אז “איך” קען
דאס האט מיר געגעבן א שטיפ דיר צו שרייבן די פאר ווערטער

די קענסט מיך, נישט פון היינט (עכ”פ איך וואלט געפייגערט אז דו זאלסט מיך קענען) באמת
איך בין דער וואס קומט בעטן א שמייכעל יעדע מאל איך זעה א מייק אין דיין האנט ביי א חתונה

איך קען נישט אויפהערן, הערן דיינע אלטע טעיפס, ווי אויך האב איך אסאך חתונה טעיפס פון דיר
איך קאללעקט פון חברים וואס האבן סידיס פון זייער חתונה, אויב מיכאל איז די זינגער בעהט איך א קאפִּי
פארפאלן א חתונה מיט מיכאל געדענקט מען

יעדע זינגער (יעדע שרייבער, קאמפאזער, גייט אויך אריין אין דעם כלל – נאר יעצט רעדט איך פון זינגערס) עכ”פ
האט א וועג ווי אזוי ער ברענגט זיך ארויס, ווי אזוי ער זינגט, ווי אזוי ער לייגט אראפ דעם ניגון
יעדע זינגער האט זיין אייגענארטיגען אונטערשריפט

לאמיר נעמען אפאר משלים – יעדער ווייסט עס איז קיין סוד נישט
דיינע ערשטע 2 נשמה פלאמ’ס – מיט די שבת פלאם
וואלט איך געזאגט: די 3 שענסטע טעיפס די 3 מעכטיג’סטע, הערליכ’סטע, שענס’טע טעיפס פון די לעצטע 15-20 יאר.

ווער סע האט נאך נישט געקויפט די טעיפ
your missing out!!

טא וואס איז דא געשען?
על איך דיר מסביר זיין – לייג צו קאפ סע געקניפט און געבינדען – קרעדיט אברהם פריעד

דיר מיכאל האט דער אויבערשטער געגעבן א טאלאנט אנדערש ווי יעדן
דו זינגסט, דו הייבסט א מצב, מען קען הערן הארץ ביי די ניגונים
א שטייגער אויף נשמה פלאם 1 – אנע שיעור מאל (איך וואלט דיר עס יעצט אנגעצינדן צו הערן און ווייזן פונקטליך וואס איך מיין) למשל ביי די בעל שם ניגון, ווען דער בעל שם האט געשמייכעלט
איז דיין קול שמייכעלדיג – משא”כ ביי די גערשטעלע וואס וויינט

ביי די צווייטע נשמה פלאם ביי א הארץ וויי ניגון
שפירט מען אז סע נישט קיין פרייליכע ניגון

איך דערמאן מיך יעצט נאכ’ן ניגון ווי די נשמה בלייבט ריין
די מעשה ווי די רבי מאכט עם פאר א בעל תשובה, די משל פון די צוויי ברודער
צום סוף ניגון, הערט מען קלאטשען אויפ’ן טעיפ
סע שטימט אזוי גוט אריין דארט מיט א יוד’ס תשובה, די הימל’ן קלאטשען

סע דא נאך אזויפיל פלעצער ווי די זינגסט מיט אזא מין קראפט
דו בוסט אינעם ניגון – די ניגון אין דיר, סע זינגט זיך מיט

די מוזיק איז אויך עפעס משוגע צו ווערן אזוי ווי יעדער האט שוין א מילליאן מאל ארויסגעברענגט
דער צדיק ר’ יענקל’ע פיש’ס ניגון. ווי אין די וועלט איז דא נאך אזאנס???? סענישטא!!!עפעס נישט אויף דעם עולם בכלל

אזוי איז געשען אז דער עולם האט אנגעהויבן האלטן אז יא! דער מיכאל איז די זאך, מען זעהט טאקע אז מיכאל איז אנדערש, ער זינגט נישט ווי א טיפיקעל זינגער וואס ווייסט נישט וואס טוט זיך מיט זיין לעבן

סע ארויס געקומען אויפ’ן האריזאנט די צווייטע נשמה פלאם
מעכטיג powerful ווי משוגע

סע ארויסגעקומען די שבת פלאם – חזקה, 3 מייסטער ארבייט, הערליכע שטיקלעך
אנטשיל א הויכער מיט א שיך אן ענגען………

דאס טייטש מיכאל דו קענסט.

יעצט וואס איז געשען נאכדעם ערגעץ האסטו דיר פארהאנקעט
איך זאג נישט אז מיין קינד טרעף מיך איז ארויסגעווארפן געלט ח”ו
אבער פארוואס זיך נישט האלטן אויפ’ן לייטער הויעך

איך וויל נישט דא אריינגיין אינעם גנבענען קאפיעס פראבלעם
אויב איז דאס די תיר’ צו אלעם דאן א גוטן טאג האב איך נישט וואס צו שרייבן!!!! איך בין מיט דיר אלל דע וועי

אבער איך וויל דיר זאגן וואס איך טראכט, מיכאל אונזער expectations טארן נישט פאלן
גראדע די נייע יעצטיגע ‘יא דו קענסט’ איז בעסער.

ברענג ארויס די מעשה מי א פראכט די מוסר על איך שוין אליין פארשטיין, איך וויל הערן טאקע מוסר פון הרב מיכאל אבער דיין זינגען האב איך מער ליב צו הערן
וואס סע קען געשען איז, אלע זינגערס גייען ווערן בעלי מוסר סע נישט אזוי אנגענעם, סא לאמיר בלייבן מיט די ניגונים

די ערשטע טעיפס זענען אלעס מעשיות פון פריער’דיגע צדיקים
הערליך שיין אראפגעלייגט
נישט קיין סענדי הענדי קענדי מעשיות

גראדע אז מען רעדט שוין פון די קענדי ניגון
here is my 2 cents:

די פאני חלק פונעם ניגון באדערט מיר בכלל נישט
איך קען handle`n פאני ניגונים
ספעציעל די וועג ווי אזוי דו מיכאל ברענגסטעס ארויס
איך וואלט גראדע מאריך געווען איבער דעם ניגון אבער אפשר א צווייטע מאל

יעצט שמייכעל איך מיר אונטער, as i type שפילט די ניגון אין די בעקגראונד
איך הער איינער א רייד, איינער האַס, איינער שפאס
דו בוסט איט!!

די קול מיט’ן טאן טוישן זיך ביי יעדע סעט ווערטער – פון דעם רעד איך
דו בוסט דערביי די טראכסט וואס די רעדטס. נו!
איך ברויך דיר דאס מסביר זיין??? דו ווייסט עס בעסער ווי מיר!!

אבער די דרשה וואס די גראסערי מאן האט מיט דיר
דאס איז בכלל נישט מיכאל סטייל
מיכאל דו וואלסט קיינמאל נישט איבערגעדרייט קיין רעכענער
איך גלייב עס נישט

די געשפטסמאן ווי א מצורע וכו’ וכו’
דרך אגב, די יונגל וואס גיבט א קענדי הייסט יענקל?
סע נישט אין די רייע פון הענדי, סענדי, צבי, דערנאך קומט יענקי נישט יענקל

די פאר משוגענע עפפעקטס דאס קומט נישט דארט
אז די זאגסט פאני ווערטער – פיין סע גייט מיט
אבער בלייב מיט’ן ניגון לאז עס נישט אויס

איך ברויך מער צולייגן קאפ וואס די ווערטער זענען, כדי צו שרייבן פונקטליך וואס איך מיין
אסאך ווערטער גלייב איך אז מען קען טוישן די ווערטער סע זאל נאך אלץ זיין א גראם מיט א טעם

עניוועי – וואס וויל איך דא??
איך וויל מיין ערווארטונגען זאל’ן בלייבן הויעך
די האסט אונז געוויזן אז אויב מען וויל קען מען
יא דו קענסט!

איך האף דו וועסט נאך אי”ה ארויסקומען מיט אסאך טעיפס געזונטערהייט
איך וועל אי”ה קויפן אלע, איך האב דעיס געקויפט די רגע וואס איז ארויס

איך וויל נישט חלילה סתם קריטיק זאגן
פאר דער וואס ליינט די ווערטער, די טעיפ איז גוטע נייעס
איך הער עס אויס איבער און איבער און איבער

אין שטוב אין גאס אין ארבייט
וואס מיכאל לייגט אראפ, עט קיינער נישט טרעפן ערגעץ אנדערש

די הארמאני פון פינקי – אוי סע רייסט שטיקער…… קיפ איט אפ…….

ווער סע האט נאך נישט געקויפט די טעיפ
your missing out!!

עניוועי איך ברויך שוין מסיים זיין
מיכאל איך וועל ווייטער קומען אפנעמען מיין שמייכעל
ביי יעדע חתונה אי”ה, לאמיר זיך נאר טרעפן אויף שמחות

איך האב נישט געמיינט גארנישט פערסאנעל מיכאל
פארקערט איך האב געוואלט ארויסברענגען אז דו בוסט מער ווי עוורעדזש
מוזטו דעליווערן אסאך אסאך מער ווי עווערדזש

איך וויל מיך נאר אויסשמועסן
חברך שלעפשיץ

 

You must be logged in to post a comment.