איך געדענק נאך ווען נאש איז געווען מיין פעוואריט – אוי איז עס געווען זיסע צייטן

אלס קינד אזוי ווי אלע קינדער האב איך ליב געהאט דעם יו”ט פורים
די מוטער זאל זיין געזונט האט אונז אלס געלאזט עסן וויפיל נאש אונז קינדער האבן געוואלט אדער וויפיל אונזערע אויגן האבן געוואלט

וויפיל מאל מען פלעגט ברעכן נאך אזא יומא דפגרא, זאל נישט אויסגערעדט זיין

צו סע געווען א שמחה אין די משפחה, א באווארפן א קידוש, א חתונה אדער ווי אימער עס איז געווען זיסווארג בין איך געווען מחותן

ויהי היום איך בין שוין נישט דער קליינער יונגעל
איך געדענק שוין גוט – ווען מען עסט זיך איבער, קען עס אמאל צוריק ארויסקומען
סע נישט אזא באטעמ’טער עסק, פיין איך הער אויף עסן אזוי סאך גארבידזש, אבער נאש איז נאך אלץ מיין חבר

די זיסע געטראנקן – קאליר סאדעס וכו’ אוי סע א מחי’ יעדער שבת אדער ספעציעלע טעג ווען סע פלעגט זיין קאליר סאדע אינדערהיים, פלעגט מען שוין אזוי באטראכטן דעם באטל, נאך פאר עס האט אפי’ דערגרייכט דעם טיש ביז ביז סע אנגעקומען פונעם באטל אין מיין גלעזעל, און פון גלעזעל צום האלדז אוי איז דאס געווען דערקוויקענד

****
ביז ביז ביז איך האב בר-מצוה געהאט, נישט ממש גלייך דעמאלטס אבער ערגעץ צווישן נאך מיין בר-מצוה ביז ישיבה גדולה
חחחח סע א שיינע שטיקל צייט א חילוק אבער ערגעץ אלץ בחור אין די ישיבה יארן בין איך געווארן גרויס

איך האב שוין נישט געקענט עסן אזויפיל צוקער אויפאמאל, די קוואנטום צוקער אויף מיין צונג זענען געווארן ווייניגער אקצעפטירבאר, די מויל האט שוין נישט אנגענומען די אלע קאָלעֶי לאליס

די פנים האט אנגעהויבן מאכן פאקסן ביים צווייטן גלעזעל האלב און האלב סאדע, איך ווייס נישט פארוואס אבער אזוי איז געשען ב”ה

איך געדענק פארציילן די מוטער אז איך קען שוין נישט האקן אזויפיל נאש אויפאמאל האט זי מיר אזא שמייכל געגעבן ‘די ווערסט שוין גרויס קינד מיינס’ יאָפ

אבער די אבער ברויך מען זייער שטארק דרוק’ן, ח”ו צו טראכטן אז איך האב מער נישט ליב געהאט אדער פיינט געהאט נאש בלא מיט אן אל-ף

נאש איז ווייטער ביי מיר נאר נישט אזוי שטארק ווי אמאל אפשר נישט אויף אזא גרויס פארנעם
אבער ח”ו אריינצוגיסן וואסער אין די אראנדזש דזוס? ניין! דאס שוין נישט

די וואסער טוישט די גאנצע טעם, סע נעמט אוועק פונעם געשמאקן גלעזל אראנדזש דזוס
די קאליר ווערט לייט. די גוטע גאלדען פלאו אראנדזש דזשוס עט נישט געטוישט ווערן

איך געדענק און איך בענק, ווען מיין חברותא א יונגערמאן שוין געווען דעמאלטס
פלעגט ברענגן אמאל אזא קליין פִּידעלע מיט אראנדזש דזוס פון דערהיים אדער אמאל פלעגט ער קויפן אזא קליינער באטעלע דזשוס

ער פלעגט אריינגיסן א דריי-פערטל דזשוס, א פערטל וואסער אזוי אויסטרינק’ן
אאהההה פלעגט ער מאכן. מיט א שמייכל אויפ’ן פנים, א געשמאק – יעצט קען מען גיין לערנען! לאל

אוי פלעג איך עם נעבעך שוינען – דו לייגסט אריין וואסער און די זאגסט נאך
אהההה געשמאק?? נעבעך – אן די וואסער איז עס א געשמאק, מיט די וואסער קענסטו עס האבן

******

נו וואס מיינט עטס? מען ווערט נישט יונגער, ב”ה עלטער און קלוגער :grin: ווי עלטער אלס קלוגער

איין שיינעם טאג די יאר, איך וויל נישט זאגן פונקטליך ווען
אבער איין טאג! איז עס געשען

איין טאג טרעף איך מיר מאכן דעם “צו זיס” פאקס
אויף א געלעזעלע קאלטע אראנדזש דזשוס

סע צו זיס, סע עפעס נישט
די קומענדיגע מאל האב איך שוין אריינגעגאסן אפִּיצקעלע וואסער נאר א פִּיצי
די דריטע מאל אביסל מער

זייט נישט באזארגט ביזדערווייל האלט עס נאך ביי מער אראנדזש דזשוס ווי וואסער
אבער (נישט דרוקן דעם אבער) יבוא יומו

נו שכח באשעפער – שהכל נהיה בדברו……………… אהההההההההההההה! ב”ה

You must be logged in to post a comment.