עס איז מיר יעצט אריינגעקומען אין קאפ, מען האלט שוין כמעט ביי די דאונאט עפאכע
די דאונאט זמן איז שוין ‘אראונד די קארנער’.קודם כל ברויכט איר פארשטיין, איך האב כמעט יעדן ארבייטס טאג א דאונאט, יא אזוי ווי איר הערט
איך גלייך דעם מאכל – נישט אז איך וואלט מיר נישט געקענט אן עצה געבן אן דעם. איך וואלט אפי’ נישט געטראכט אז “א דאונאט א דעֶי קִיפּס דִי בעֶיבִּיס אוועֶי” אבער א דאונאט מיט א קאפי ביים לאנטש ברעיק נאכ’ן לאנטש מעניא, איז געוואלדיג פאר’ן מאגן.
דאס טייטש איך עס געהעריג לאנטש מיט וועדזיס, דערנאך אויף צובייס צום קאפי קומט א דאונאט, אמאל מיט און אמאל אן – א לאך. טא וואס וויל איך דא? על איך אייך זאגןיעצט האלט מען ביי דעם זמן ווי יעדער הערט אויף טראכט’ן גראד. אלע עדווערטייזינג, מארקעטינג, פלאמבערס, עלעקטארישענס, מוסדות, און ווער נישט. אלעס ריקט זיך אריין אינעם דאונאט שוואונגאיך פלאן נישט צו באשרייבן קיין חנוכה פאדיס, צו קיינע איבערלעבענישן, נאר אביסל וואס איך האב מיר געוואונדערט
איך האב זיך אזוי צוגעקוקט פון די זייט ווי אזוי יעדער ווערט אויס מענטש, אריין אינעם דאונאט וועלט

הערט אויס, איך געדענק נאך ווי מיר פלעגן גיין צום באבע’ן חנוכה סע פלעגט זיין דאונאטס ווי נישט ווי קינדער פרייען זיך מיט נאש אזוי אי’עס

מיר האבן זיך זייער געפריידט צו באבי’ן צום חנוכה און אויך צום דאונאט אבער מיר האבן נישט פארגעסן אז חנוכה איז נישט א דאונאט (קרעדיט לייבל וויינשטאק) ע”ה

די זעלבע איז נאך היינטיגע צייטן – אינדערהיים די מאמע פון די משפחה יעדער אויף זיין פארנעם פארשטייט זיך, איינמאל מיינט עס די מאמע פון מיינע קינדער אמאל די מאמע פון מיינע געשוויסטער און אמאל די מאמע פון אונזערע מאמעס געשוויסטער, אבער יעדער [כמעט יעדער] טוט זיך פרייען מיט די משפחה אינאיינעם, צו מסיבה צו שמחה וכו’ וכו’ מיט א דאונאט

היות מען קומט זיך צאם , און [א דריי מיט די גראבע פינגער] א גאנץ יאר האט מען נישט קיין דאונאטס (ווער סע האט נישט) ווי אויך ברויך מען אויל משום זכר ליהודית ואליפת…… = א דאונאט

אלע מענטשן נעמען זיך צו די עבודה. ווער ווייסט וויפיל מיני דאונאטס סע דא?? נו לאמיר ציילן

*******

אויב יעדער איז ביזי מיט’ן דאונאט גייען אלע גרעפיקערס מאכן זיכער אז קיינער האט נישט פארגעסן
וואס געשעט? איז אזוי

דאקטוירים לייגן ארויף דאונאטס אויפ’ן וואגער וואס מען וועגט די מענטשהייט
פלאמבערס לייגן ארויף דאונאטס אויף זייערע פייפס אזוי אז יעדער זאל קויפן ביי זיי

טינט פארקויפערס לייגן אריין טינט אין די דאונאטס, אנטשולדיגט אבער פאר’ן אוועקנעמען מיין אפעטיט פון מיין דאונאט קויף איך ביי אייך נישט קיין טינט מער, זייט נישט ברוגז

אלע עדס ווי איר זעהט – לייגט מען אריין א דאונאט, ווען איך קוק עס אינמיטן יאר וואלט איך מן הסתם נישט געכאפט אז ער וויל פארקויפן עפעס איך וואלט געמיינט ער וויל א דאונאט עסן, אבער איצטערט אז יעדענס קאפ איז אינעם דאונאט, אה יעצט פארשטייט מען שוין פיין

קליידער געשעפטן גייען לייגן דאונאטס און דזעליס אויף זייערע רעקלעך, קרמעל-דאונאט פלעיוואר אין די בעקעטשע, מיט א לאך-דאונאט אין די רעשוואלקעס, קאסטערד-דאונאט רינען ארויס פון די מאנטלן א.א.וו. מוזיק געשעפטן גייען האבן דאונאטס און סידי’ס – ביידע זענען רינדעכיג

דריידעל דרייטס זיך אויפ’ן דאונאט אדער דאונאט דרייטסעך אויפ’ן דריידעל. פארניטשאר סטארס לייגן דעם דאונאט אויפן נאכט קעסטל

די קיך סטארס איז אפגערעדט א קיטשען אן א דאונאט איז קיין קיטשען נישט, איך מיין וועלעכע קיטשען האט נישט קיין דאונאט חנוכה? מיינס האט

אפי’ די שיך סטארס האבן ספעציעלע שיך וואס מען קען אנטוהן דעם דאונאט אן דעם וואס די ספרינקעלס פאל’ן אראפ, נו ווער האט נישט געקויפט יענע מין שיך? ביי אונז איידער מען מאכט א ברכה אויפ’ן דאונאט טוט מען אויס די שיך. מען זעהט ווער עס קען אריינלייגן די דאונאט אין די שיך, אויב פאלט נישט אראפ קיין ספרינקעלס איז גוט אם לאו לויפט מען קויפן נייע שיך.

די קאוטשעס???? אה ווי קענסטו זיך אראפזעצן ליינען אנעֶ’ם געטרייען חבר דאונאט? די ליינסט א בוך? פארצייל עס פארן דאונאט ער וויל געוויס הערן יעדע קליינע דיטעיל פונעם מעשה.

שטריימלעך האבן דאונאטס פאר א קרוין. קנעפלעך האבן דאונאטס פאר א דיזיין

האט איר שוין געזוכט א פעינטער חנוכה?? זוך נישט! ער וועט אייך אנפעינטן אלע ווענט מיט דאונאטס בדוק ומנוסה

ברויכט איר דעליווערן אייער דאונאט? מיר דעליווערן פאר גאר ביליגע פרייז, עס וועט נישט פעלן קיין איין שטיקל ווייסע צוקער

אוטא’ס צום פאקויפן – פאר’ן אויף 4 דאונאטס. אנשטאט גאז קענט איר נאך לייגן דאונאטס

***********

גיבט אבאכט איר זאלט נישט אינגאנצען פארלוירן ווערן אינעם דאונאט ים………. נישטא קיין וועג ארויס, א חוץ זאת חנוכה ווען אלע קינדער ברעכן אויס די דאונאטס אין די דענטיסט הייבט אן מאכן געלט

You must be logged in to post a comment.