א גוט שבת שלום עליכם. נו האסט שוין ווי צו עסן? קום צו מיר גערן! איך האב גענוג עסן פאר דיר

אזוי ווער איך ענטפאנגען גאר אסאך אין יודושע שול’ן בכל מקומות חסידים והגלילות
צוליב דעם וואס איך פאר ארום אויפטון פאר יודושקייט – (מיין יודושקייט איז עפעס א קלייניקייט?). אוודאי אז נישט

דער אמת איז ווער עס ווייסט, ארומפארן יעדע שבת איינשטיין ערגעץ אנדערש איז נישט פון די גרינגסטע זאכן, אמאל איז עס געשמאק מע פארברענגט צוזאמען, אמאל ברענגט דער בעל האכסניא זיינע געשמאקע חברים, אמאל ברענגט ער חברה וואס קענען שיין זינגען אמאל איז סתם דא מיט וועם צו שמועסן, און אמאל דאס אויך נישט, אבי מען זיצט אין פארברענגט

פון די אנדערע זייט אבער איז אמאל דא הייזער ווי מען וויל שוין ענדיגן די סעודה נאך איידער עס האט זיך אפי’ אנגעהויבן – וואסי פשט? לאמיר זעהן

לאמיר אנהייבן אזוי: שבת ביינאכט אין שול קומט צו צו מיר א גרויסער נגיד, אה גוט שבת – נא! (א גרויסער ברום) קומסטע עסן צו מיר? איך האב נישט גענטפערט – איך האב עם נישט געוואלט אזוי אוועק מאכן דעם גרויסן נא! וואס ער האט מיר אצינד  באַשאָנקן. האבעך אזוי געשאקלט מיט’ן קאפ אהער אין אהין כאילו אזוי ווי איך ווייס נישט

איז געווארן א שטיקל דין ודברים, איינער האט זיך אנגערופן: ער זוכט שוין פון מיטוואך ווי צו זיין, ער רופט אהער און רופט אהין ביז ער דערגרייכט שוין דעם מקום מנוחתו, וויפיל טעלעפאון קאללס סע גייט דורך, ביי וויפיל מענטשן ער ברויך זיך בעטן
און דו קומסט יעצט דא ביים דעווענען ווי א מחותן – נא קום צו מיר? סע גייט נישט אזוי. רוף אינמיטן די וואך אפשר עט ער מסכים זיין

אפי’ סע דא מענטשן וואס האבן נישט קיין פלאץ ווי צו לייגן שלאפן די געסט, קענסטו נאך אלץ נישט רופן צו די סעודה אזוי נישט מיר נישט דיר נישט פון שול ארויס, זאג פון פאראויס עכ”פ אויב דו זאגסט נישט פון פאראויס האב נישט קיין טענות אז מע קומט נישט. (נו ווער האט דען טענות? קיינער האט נישט טענות) ב”ה

****

יעצט אפי’ מען האט גערופן אינמיטן די וואך צו ווען, עכ”פ נישט און שול
האב איך שוין אמאל געהערט איינער רעדט זיך אפ, קוקט אויס ווי איך בין נישט געשמאק – איך האלט און איין רופן מענטשן עסן צו מיר, קיינער קומט נישט
נו וואס קען איך טון? אויב קיינער קומט נישט איז א סימן……. נו שוין

איז אזוי איך בין נישט קיינעמס אפוטרופוס אבער צאם נעמענדיג דורך די יארן פון חברים, שמועסן, און אייגענע ערפארונג האב איך אזוי צאמגענומען. [לאמיר זאגן איך בין יעצט ביי אייך אינדערהיים]: אזוי

 ערשטענס 1) ווען איר קומט אריין אין שטוב הייב נישט אן: אה דע גאסט איז דא אדער ב”ה אונז האבן אזא חשובע גאסט וכו’, קיינער וויל זיך נישט פילן ווי א גאסט
אינמיטן א שמועס אז סע קומט אריין ווי חשוב איך בין – מילא. למשל ווען יעדער זאגט: די טשולענט איז געלונגען לויטן גאסט, פיין, בין איך שוין צוגעוואונט, אבער סאך הכל בין איך געקומען דא פאר א שבת, איך וויל נישט עכט הערן ווי חשוב איך בין א גאנץ שבת

נומער 2) אז מען גרייט אן שיינע עסצייג, גאלדענע טעלערס וכו’ וכו’, איך ברויך עס נישט, דו ברויכסט עס אויך נישט והא ראי’ דו נוצט עס נישט יעדע וואך
ווי אזוי ווייס איך אז דו נוצט עס נישט יעדע שבת? ווייל די וויסט אפי’ נישט וואס מען לייגט אריין אין די גאלדענע טעלערס ;l;p- (איך זעה פיין ווי דו מוטשעסטעך ווי אזוי מען עסט אין אזוינע גרויסע טעלערס) נעקסט טיים לאז עס אין שאנק נעם עס נישט ארויס לכבודי, איך וועל דיר דאנקבאר זיין

 נומער 3) אנגרייטן פונקט גענוג אין ציילן וויפיל “פיקל” איך עס – איז נישט ערלויבט. אדער קויפסטו גענוג אדער לייג עס נישט ארויס, זיי גרייט אז איך גיי דיר אויפעסן אלע פיקעלס מיט די גאנצע חריף טעלער. (איך האב נישט ליב קיין פיקעלס סע איז נאר א משל) אבער חריף גלייך איך יא

צום לעצט נומער 4) שריי נישט אן דיינע קינדער אינמיטן די סעודה: היינט ברויך מען איינזיצען און ‘ביהעיוון’ ווייל סע דא א גאסט – פון מיין זייט גייט מיר נישט אן אויב זיי טאנצ’ן ארום, אדער צוברעכן די לייכטער
זיי מעגן זיין וואויל אבער סע האט גארנישט מיט’ן גאסט

די אונטערשטע שורה איז א גאסט פילט אויב ער איז אנגענומען ‘וועלקאמד’ אין א שטוב – אפי’ מע רעדט נישט
א שטוב וואס איז געוואונט מיט געסט איז די אטמאספער אינגאנצן אנדערש ווי אין א שטוב וואס אמאל אמאל קומט א קאזין אדער טאטי’ס חבר

נישט יעדער איז געמאכט אפשר פאר דעם, נישט יעדער איז צוגעוואונט – אבער די מצוה פון הכנסת אורחים גייט אלעמאל אן. איר מוזט נישט אריין נעמען קיין געסט אבער אויב איר ווילט יא – עכ”פ האט איר דא געליינט ווי אזוי אנצוהייבן

You must be logged in to post a comment.