שפארצירענדיג אויפ’ן גאס, טרעף איך אן א חבר מיינער

ער שטייט אויפ’ן גאס אנכאפענדיג אין איין האנט זיין קליינעם, אנע הוט און רעקל, ער שטעלט מיר אפ, מיט א גרויסן ברייטן שמייכעל
וואס טוטסעך??זאג איך עם (תוך כדי דיבור – איידער עם צו ענטפערן וואס סע טוט זיך טאקע) איך זעה דו לערענסט אין כולל  ווי אזוי ווייסטו? פרעגט ערגיב איך עם א ווינק אויף זיין וועסטל, דארט אינעם טאש זיינעם, די אויבערשטער חלק וועסטל, דארט שטעקט זיך ארויס דער מסור, אזא קליינעם זילבערנע שפיץאט זעהט ער טאקע צוויי קליינע זילבערנע פען און לעד פענסיל קליפס, וואס זענען באהאפטן אין טאש זיינעם
באשיינענדיג דעם שווארצן וועסטל אויף זיין שניי וויייסע ציצית, מיט אזא קליין זילבערנעם קאליר, ווארשיינלעך האט ער געהאט אונזער באקאנטע ‘זיברע’ סעט

אזוי רעדענדיג האב איך זיך דערמאנט דו גוטע צייטן

ביז דער בר-מצוה האב איך געהאט א פעדער, איין יאר איז עס געווען אינעם העמד אריינגעשטעקט, איין יאר פונעם הויזן ארויסגעשטעקט

איין יאר אינעם ברעיפ קעיס, איין יאר ארויס פונעם ברעיפ קעיס

פארשידענע זמנים אדורך און מיט יעדע זמן אן אנדער סארט פעדער, איין מאל א טניט פען מיט א גראבע שפיץ
איין מאל א טניט פען מיט כמעט די דינס’טע שפיץ (די .04 – ווער עס געדענק) אוי איז עס געווען דין

ביז ביז…………

דער בר מצוה איז אנגעקומען, צוזאמען מיט’ן שטאפיר איז צוגעקומען אפאר וועסטל טאש’ן
אין יעדע טאש האב איך שוין מסדר געווען זיינע אייגענארטיגע חפצים

אבער איין טאש האב איך מיר געלאזט פלאץ פאר מיין נייע סעט “פארקער פען” – איידער איך פארגעס – מיט’ן חבר זיינעם די נייע ‘לעד פענסיל’ – א סעט

אוי בין איך געווען גרויס, איך האב אנגעהויבן לערנען גמ’ מיט מפרשים, מיין גמרא האט אנגעהויבן באקומען הגהות פון אלע זייטן. די ספרים האבן צובאקומען אסאך נייע בלעטער געשריבענע דרושים וליקוטים

איך בין געווארן א מעלער און א מתמיד אין איין נאכט, מיט א שיינע סעט פארקער שרייב געצייג, איז נישט געווען מיינס גלייכן.

צוויי יאר נאך די בר-מצוה (בערך) האב איך דאן אפגרעידעט, כ’האב באקומען א הערליכע סעט

“קראָס פען ענד לעד פענסיל”

אאהההה איך האב זיי כמעט נישט גענוצט, חלילה עס זאל נישט אראפ-פאלן, צוקריצן, אדער סיי וואס
אבער נאכ’ן שרייבן 5 יאר מיט’ן פארקער פען, נאך א יאר מיט’ן קראס פען, בין איך שוין געווען א מבין אויף פעדערס אויך

איך רעד שוין נישט נאך דעי אלע יארן וואס איך האב שוין געהאט כמעט יעדע טינט פען וואס סע נאר געווען אויף די מארקעט, בין איך שוין געווען א קנאפער מבין, אסאך ווערטער און טינט אויסגעניצט, עס איז צו צייט צו האבן א עכט גוטע פעדער

דא קומט ‘זיברע’ אריין אין די פיקטשער, די יודעי דבר די וואס שרייבן אסאך, אדער דו וואס ווילן שרייבן אסאך, ווייסן אזא סעט ווי ‘זיברע’ איז נישט דא קיין בעסערס ווי דעם.

די ‘פיין באלל פאונט’ – צו די וואג פונעם פעדער, די קאליר דערפון, אלעס אלעס איז אזוי פאכמאניש צוזאמענגעשטעלט
דער כולל יונגערמאן זאל קענען שרייבן זיינע חידושים, דער יונגערמאן א צעטל פאר’ן אשת חיל און דער בעל הבית זאל קענען סיינען דעם טשעק

נאר איין חילוק האבן די אלע חברה – דער כולל יונגערמאן בלייבט מיט’ן לעד פענסיל
אלע אנדערע בלייבן נאר מיט’ן פעדער

אזוי האב איך געוואוסט ווען איך ברויך ארויס פון כולל, אנהייבן ברענגן פרנסה, ווי נאר מיין לעד פענסיל האט זיך צובראכן

יעצט האב איך טאקע אין טאש, א זיברע פען, א טינט פען, ועל כולם א ‘דזילעט’ איך בין שוין גרויס

You must be logged in to post a comment.