עס האט גענומען היפש א שטיקל צייט אפשניט פון אפאר יאר ביז איך האב זיך ווידער דערזעהן רייזן מיטן באס, סיי ווי אימער איך זאל נאר נישט פארן

אנגעהויבן האט זיך עס ווען איך בין אינפארמירט געווארן אז קומענדיגע יאר אין ישיבה קטנה גיי איך טוישן ישיבה

דאס מיינט אז מען גייט אנהויבן געהעריג זיין א מענטש, ארויס פונעם מוטערס פארטוך אריין אין חדר’ל ווי אויך האט עס געמיינט פארן אויף א גרויסע באס

פארן אויף א באס מיינט אסאך, אנגעהויבן פון זיין צייטליך ביים באס סטאפ האלטן די פעקלעך ביי זיך אדער אונטערן באס אן פארלירן די רענצל’ן וכו’ וכו

 א יאר איז דורך געלאפן, און נאך א יאר, געטוישט ישיבות אפשר אויך אבער די באס איז געבליבן די זעלבע גרויס, און די זעלבע קולות

אריין אין ישיבה גדולה – דא איז עפעס געשעהן, ערגעץ אינעם יאר איז מיין גאנצע כתה בגדול’ט געווארן

מע גייט נישט מער מיט’ן באס – אמער איך בין שוין 18 איך האב א חבר וואס גייט אריין אין שטאט מיט זיין קאר, ער נעמט מיר מיט

די צווייטע וואך איז אן אנדער חבר א רייסער – אריינגערוסן קיין שטאט אדער קאנטרי מיט זיין ווען האב איך ווייטער געהאט א רייד

ארויס פון ישיבה שוין לאנג אבער דער באס על איך נישט נוצן, היטשעס שמיטשעס זיך שלעפן ארום דעם גאנצ’ן כדור הארץ אבער נישט מיט’ן באס – נישט איך

ווי עלטער איך בין געווארן אלס ווייטער בין איך געשטאנען פונעם באס. איך פלעג קראס’ן די גאס אבי נישט זעהן דעם גרויסן כלי

עפעס מיט די מענטשן אויפ’ן באס איז נישט געווען אין ארדענונג, איינער א צו לאנגע בארד דער אנדערער מיט צו א גרויסע גמ’, דער דריטער מיט זיין טעלעפאון – בקיצור איך האב נישט געקליקט מיט’ן זיץ דארט

איינמאל טרעף איך א חבר איך פארצייל עם וואס איך האב ענק יעצט פארציילט ער גיבט א שמייכל – דו בוזט שפעט

“ביי די 16 האב איך שוין געהאט חברים מיט קארס איך האב נישט געטאָטשט קיין באס פאר יארן. שוין האב איך נישט געהאט דעי גוטע חברים “אבער אבי יעצט בין איך שוין גרויס

גראדע פלעג איך אלץ זעהן די רבישע אייניקלעך מיט שווארצע זאקן אדער שיפע טאשן ארויס פליען פונעם באס

ווינטער פלעגן ארויסשפראצן קוטשמע גייערס מיט די סארט סוט קעיס וואס מע זעהט שוין נישט היינט. ווייסט וואס איך מיין?? אזוינע קליינע פיר עקיגע

******

ביז איין טאג ווען איך שוין געווען איבער דע 25, איך האב שוין אליין געדרייווט אסאך
האט מיר איינער פארציילט א שטיקל סוד

ער נוצט יא דעם באס, שוין כמה פעמים וואס ער קומט אריין צו דער ארבייט מיט’ן באס סע בכלל נישט אזא בער ווי מע מיינט

מען סעיווט זיך געז און געלט

איך האב עם אביסל חושד געווען, אבער נאכ’ן הערן די זעלבע זאך פון אפאר יודן האב איך מיר געטרויט נאכצוטון

איך האב אביסל געציטערט וואס מיין שכן עט זאגן ווען ער וועט מיר זעהן ארויפשטייגן אויפן באס, איך מיין ער האט אפי’ נישט באמערקט אז איך בין ארויף. היינט בין איך א באס מיטרייזענדער אן קיין שום בושה

 איין זאך אבער איז יא געבליבן איך בין דער וואס האט א ליידיגע סיט

You must be logged in to post a comment.