איך דערמאן זיך צוריק אינדערהיים, מיינע קינדערישע יארן קומען אויפ’ן געדאנק
איך בענק זיך אהיים

מיינע זכרונות שווימען ארויף, ווי אזוי עס האט אויסגעקוקט א חמשה עשר טיש
אזוי שיין, פילפארביג, אלע ערליי פירות, און וואס נישט

די גאנצע משפחה איז געזיצן אינאיינעם פארברענגענדיג, קיינע סעלפאנ’ס איבערצוהאקן
איז נאך נישט געווען, ביי רוב מענטשן עכ”פ

יעדע יאר אביסל פאר חמשה עשר פלעג איך זיך איין חזר’ן די פסוק, “ארץ חטה שעורה וכו’… אויף אויסענווייניג
מיין טאטע פלעגט אלץ פרעגן די קינדער אויף וואספארא פרי מאכט מען ערשט א ברכה? וועלעכע מין פון די שבעת המינים

ווען איינע פון די בחורים זענען אינטער געוואקסן – איז געווארן א שטיקל שמועס צו חביב עדיף וכו’ איף האב שוין קוים געקענט ווארטן צו ווערן גרויס

ענדליך האט מען אנגעפאנגען טיילן קודם פאר די מוטער דערנאך פאר אלע קינדער

די עלטערן, האבן געטיילט פאר יעדן וואס ער גלייכט, יעדעס קינד האט געהאט זיין אייגענע טעלער
דאס האט געמיינט זיינע פאר מינוט, בעטענדיג די פירות וואס ער גלייכט, אפגעשיילט און צושניטן אויף וויפיל שטיקלעך ער וויל, ווי אזוי ער וויל, רעכטס אדער לינקס אינעם טעלער

אזוי פלעגט מיין טאטע צושניידן די פרוכט, דערנאך אראפשיקן דעם טעלער, מיט אזא פאטערליכער ליבשאפט
עס ליגט מיר נאך יעצט אין די ביינער די גוטע געפיל – מיין טאטע מאכט יעצט “מיין” טעלער

עס איז געווען פון אלע מינים, פון שבעת המינים, צו אמעריקאנע ניסלעך, אלע טיפיקעל פרוכט
אלע מאלאנעס האבן באשיינט אונזער טיש, רויטע מעלאנע, אראנדזע, און געלע איז געווען צושניטן. עפל, מאראנצ’ן, סטאַר-פרוכט, וכל משפחותיהם, אלע ציטראס פרוכט אינמיט.

אלע אינטערעסאנטע נעמען פון פרוכט וואס איך פלעג הערן דארט ביים טיש, רוב האב איך פארגעסן א וואך דערויף
עס פלעגט זיין גאר גאר אסאך מיני ממש

עס האט מיר אלץ געוואונדערט ווי אזוי מיין פאטער געדענקט וועלעכע ברכה אלע נייע מינים זענען, צו עס איז א העץ אדער אדמה
ביים טיש איז עס נישט אייביג נוגע געווען, וויבאלד אמאל אז מען האט נישט געוואוסט האט מען קודם געמאכט אלע ברכות אויף אנדערע פירות

דער זמירות עם לוח ברכת הנהנין פלעגט אלע יארן זיין אויפ’ן טיש מיט אונז, מען פלעגט נאכקוקן וואס מען האט געקענט

ווי אינטערעסאנט איז געווען ווען מען האט דעם סאברא געברויכט אויפשניידן אויף אן אייגעארטיג’ן וועג אָן כאפן שטעכערס

צו דעם קאָקאָנאט אויפקנאקען, און נישט צוברעכן דעם האמער, אין די זעלבע צייט כאפן די וואסער אין גלעזעל
איך געדענק ווען מיר קינדער פלעגן לאכן ווען אונזערע עלטערן פלעגן טרינקען די קאקאנאט וואסער

אמאל פלעגט מען טרעפן א קריכעדיגס – דאס אליין איז געווען זייער אינטערעסאנט צו בייוואונען
ווי די קריכעדיגע זענען אין יעדע פרי אן אנדערע קאליר. ממש די קאליר פונעם פרי ווי ער טוט וואונען

דערנאך איז געקומען די רייע פונעם אתרוג, סיי טריקענע סיי קאמפאט איז ביי אונז געווען
אפי’ פונעם רבינ’ס שיריים איז אויך אסאך מאל געשעהן

די יהי רצון געדענק איך ווי מיין טאטע פלעגט זאגן, דערנאך פלעגט ער פארציילן סיפורי צדיקים
מדרשים און דברי תורה

אוי עס ליגט מיר נאך אין די ביינער, איך האף מיינע קינדער וועלן אויך אזוי געדענקן
נאך זייער חמשה עשר טיש זיך אויך בענקן

You must be logged in to post a comment.