איבונגען – איבונגען – איבונגען……. לא לאלא טראלאלא…..
אזויפיל געשריבן דערוועגן, אזויפיל געזונגען איבער דעם
און שוין אזויפיל זיך געטענה’עט דערוועגן – סע ענדיגט זיך אייביג מיטן זעלבן טאן: גיי מאך איבונגען און לאז מיר צורוה

די מעלות פון זיך אויסשוויצן דעם גוף גיי איך בכלל נישט ארויסברענגן
יעדער ווייסט דאס אליינס, סע איז געזונט [און פערטיג]. פרוביר וועסטו זעהן

די רמב”ם שרייבט שוין דערוועגן סע נישט מיין חידוש
נאר מיר באדערט אז קיינער מאכט זיך נישט וויסענדיג

וויפיל מאל איך האב שוין געפרעגט מיין פאטער דערוועגן אלץ איז דער זעלבער תירץ
מיין טאטע האט נישט געמאכט מיין זיידע האט נישט, און אויך איך מאך נישט קיין עקסערסייז

נישט אז עפעס איז שלעכט דערמיט, פארקערט אויב מיינט מען לשם דינען דעם אויבערשטען מיט מיר זריזות איז עס נאך א מצוה
נאר וואס דען פארוואס טאקע ווילן זיי נישט מאכן עקסערסייז

איך טראכט אז רוב אויב נישט אלע וואס דרייען זיך ארויס דערפון זענען פשוט כמשמעו “פויל” פשוט

אויף עצלות על איך מיר נישט יעצט באציעה’ן, אויב עטס ווילטס קענט עטס אריינקוקן אין אלע מוסר ספרים
וועגן דעם ענין פון פוילקייט

טא-אויב אזוי פארוואס איז נישט איינגעשטעלט קיין עקסערסייז ביים היימישן עולם? נו פארוואס טאקע

***

נומער 1) דאס אז דיין טאטע און זיידע האבן נישט געמאכט קיין עקסערסייז איז אזוי דיין זיידע, עלטער זיידע, עלטער עלטער זיידע וכו’ וכו’ האבן יא געמאכט עקסערסייז

יעדע פאך (כמעט ממש יעדע) איז געווען שווער בגוף 1) וואסער טרעגער – ברויך כח 2)האלץ האקער 3) ארום גיין אָן א קאר – היינט נוצט קיינער נישט די פוס ווי אמאל צו שפאצירן שעות – ווי מען האט נאר געברויכט אנקומען האט מען געמוזט נוצן די פוס אמאל
וואס כידוע איז עס זייער געזונט – היינט מיט די קאר פארט מען פון גראסערי צום שול וואס איז אויפ’ן זעלבען גאס

דרך אגב – איך בין אמאל געווען אין א פארם אין קווינס דאכט זיך, איז דארט געווען אן אלטער הויז ווי די איינגעשטעלטע פונעם פארם האבן געוואונט פאר בערך 100 יאר צוריק

האבן די איינגעשטעלטע פונעם פארם, געגעבן א טור פארן עולם ווי אזוי מען האט געלעבט אין יענע צייטן, נישט געווען קיין לעקטער וכו
ווי אזוי זיי האבן געקאכט, אלע טעפ, אויבענעס אן קיין ‘דיגיטעל’קנעפלן קיינע לוקסוס, אלע שפילצייגן פונעם אמאל

איינע פון זאכן איז געווען, ער האט גערופן א קינד פונעם אוידיענץ, א קינד וואס איז בערך 5-6 יאר אלט, ער האט עם אנגעטון אזא מין כמו יאָך, א האלץ אויפ’ן גענאק, צוויי עמערס הענגן פון ביידע זייטן

ער זאגט דעם קינד: שטעל דיר פאר, יעדע צופרי אין די היצן און אין די קעלט נישטא קיין טאג וויקאציע, ברויכסטו גיין [דאכטסעך] 5 מייל, ברענגן וואסער פאר דיין פאמיליע, אויב די ברענגסט נישט, איז נישטא צו טרינקען, צו קאכן, דאס איז דיין פליכט

עס איז נישט קיין גרינגע זאך שלעפן וואסער אזוי ווייט, אדרבה פרובירט עס אליינס גראדע איז עס געווען גאנץ אן אינטערעסאנטע טור. עניוועי נחזור לענינינו

אמאל איז יעדע זאך געווען שווערער, דער גוף האט מער געארבייט, איז מען געווען געזונטער – בדוק ומנוסה

נו אויב אזוי – טאטע אדער זיידע איז עכט נישט אזא גוטע תירץ

*****
נו ווער קומט מאכן עקסערסייז???? נו ווער

וויזוי האט יענער געזאגט, אויב דער באשעפער וואלט געוואלט איך זאל מאכן עקסערסייז
וואלט ער מיר אונטערגערוקט אפאר דיימאנטן, וואלט איך מיר אראפגעבויגן עס אויפהייבן………..גרויסער חכם

******
איך קום אריין אין כולל, דער ראש הכולל איז גאר א גיבור, ער מאכט גאר שווערע ארבייט, ער הייבט אויף צוויי גרויסע גמרות מיט איין אביסל קלענערע שלחן ערוך און ציילט…………… הייבט אויף….. לייגט אראפ

ער האלט שוין ביי 20 קוים וואס ער קען אטעמען, די מנהל לויפט צו, ער העלפט עם אראפלייגן די ספרים

יעצט קומען אריין אלע מגידי שיעורים, מען טוט אן דעם גארטל, איין גאר פרומע מגיד שיעור רייסט אריין מיט נאסע פיאות, מורמלט א לשם יחוד, כאפט א פעקל תפילינ’ס און הייבט אן טאנצן…………. ער ווערט אויך מיד גאר שנעל

דערנאך אלע יונגעלייט, ארויף אראפ — פאש אפס — סיט אפס — איינעמס הוט ראללט אוועק דעם צווייטענס ציצית ווערט פארקניפט מיט’ן דריטענס פיאות, סע פארט א באן……..סע לעבעדיג

20100524-iron-gym-1דערנאך לערענט זיך עס אינגאנצן אנדערש, אויסגעשוויצטערהייט, סע קאכט זיך, אזא קול תורה שוין נישט געהערט פאר יאָאָאָאָרן

*****
אביסל איבערגעבן וואס טוט זיך אין ישיבה. דאס איז שוין עפעס אן אנדער שפיל אינגאנצן

פאר שיעור עי’ – אלע בחורים קומען אריין אין בית מדרש – יעדער כאפט א פלאץ מען הייבט אן

די ראש ישיבה הייבט אויף א באנק נעמט זיך מאכן ‘וועיטס’ מיטן באנק
יעדער בחור באקומט א בענקל, מען מאכט נאך דעם ראש ישיבה. סעהאצעך גענומן פליען בענקלעך פון אלע זייטן

דערנאך לויפט מען אין א רינג, יעדער לויפט נאך די מגיד שיעור, די מגיד שיעור לויפט שנעלער אלע בחורים הייבן אן לויפן נאך שנעלער איינער פאלט אראפ דער צווייטער קראכט אריין, אקעי יעדער גייט צוריק אויף זיין פלאץ

די קומענדיגע טאג
יעדער מאכט ‘פאש-אפס’, פונעם מנהל’ס וועסטל טאש קומט ארויס צו פליען 10 פעדערס
אלע בחורים’ס כאלאטן טאשן פאלגן נאך, גארטלעך, טאשן זייגערס, דזילעטס ועוד

סע קוקט אויס ווי נאך ענגליש אין חדר
און איך וואונדער מיר נאך פארוואס מען פירט עס נישט איין אינעם סיסטעם?? איין טאגעט עס נאך געשען

You must be logged in to post a comment.