די ‘זאך’ שווימען קען מען אנקוקן אפאר וועגן

איין רגע לאמיר אנהייבן פון אנפאנג

איך זיץ מיר היינט אזוי אויפ’ן באנק, איך ווארט די ‘לייפ גארד’ זאל קומען עפענען די שווים באסיין. אינטערעסאנט איז (ווער עס וועט כאפן פון ווי איך רעד זאל נישט אויסזאגן ווייל סע קען זיין גילו) די לייפ גארד איז דער זעלבע מענטש ווי ווען איך בין געווען אין כיתה ג’. זיצענדיג אויפן באנק ווארטענדיג, דערמאן איך זיך ווי אזוי מיר האבן אלע אויסגעקוקט ווען מיר זענען געווען אינגלעך

ווען די צייט צו גיין שווימען איז געקומען, אי יעדער געלאפן אין באָנק נעמען די שווים זאכן,  נאך לויפענדיג האט מען געפענט די קנעפלעך פון אלעם (העמעד הויזן א.ד.ג.) ווער עס האט געקענט לויפן מיט איין פיס איז אנגעקומען צום פּאל מיט אפענע שיך בענדלעך, די לאנגע ליין איז געווען עקסטער גוט פאר זיך, קינדער זענען געפלויגן, צוקוועטשט געווארן, אבי צו כאפן דעם פלאץ נעבן די נאגל פאר די נאָז קליפ ביי די לינקע זייט

איך האב קיינמאל נישט זוכה געווען צו זיין אין וואסער די ערשטע. :evil: ווי אויף צו להכעיס

איינמאל דענק איך, איך האב ביי מיר אפגעמאכט יעבור עלי מה מארגן בין איך דער נחשון, נו מה עשה הקב”ה? איך בין שוין אינמיטן לערנען געווארן פארנומען, גענומען א תירץ איך ברויך הכנות, כ’האב מיר אזוי אריינגעווישט אין באָנק, איך טויש מיין אינטערהויז אויף מיין שווים הויז, איך טוה צוריק אן די הויזן און צירוק אין חדר

ערשטער חלק איז דורך. יעצט ווי נאר מען האט צוגעמאכט די גמ’ האב איך זיכער געמאכט איבער צו טאנצן אפאר טישן צו זיין דער ערשטער ביים טיר, און ויסעו אויפן וועג זענען שוין אלע קנעפלעך געווען “פון לאנג” אפן

שיך איז געפלויגן. איך רייס צום וואסער איך מאך מיינע טריט גרייט צום שפרינג…………. און בום – א פלאטשקע………. איינער האט עס געמאכט פאר מיר

מער האב איך שוין נישט פרובירט נאך אזא אנטוישונג בין איך שוין געבליבן די 30טער יונגל אזוי ווי יעדן טאג

נחזור לענינינו, דער לייפ גארד איז אנגעקומען איך שפאציר אריין, די טיפע וואסער איז ליידיג, די קליינע קינדער שווימען נישט אין די טיפע וואסער

*****

 ווי אזוי קוקט איר אן דאס שווימען? זענט איר נאך היינט אזוי פרייליך צו די וואסער? אזוי ווי אמאל

איך גיי אריין איך שווים אביסל און שוין יוצא געווען
איך קוק מיר אביסל אום, סע דא קינדער וואס פלאטשקענען סתם, סע דא וואס שפריצן אויף אנדערע, סע דא וואס טאנצן נאר אריין, סע דא דייווערס

געוויסע ווארטן גאר אז איינער זאל זיך בטעות אויסגליטשן ביים מאכן א דייוו און פאלן אויפ’ן רוקן, דאס מאכט זייער טאג. סע דא וואס קענען זיצן אין וואסער א גאנצן טאג. סע דא וואס קוקן צו וויאזוי 2 אנדערע שווימער מאכן א רעיס און ווען די רעיס איז פיניש קומט מען זיך ביי זיי מתדיין זיין ווער ס’האט באמת געוואונען און פארוואס

סע דא וואס זאגן יא לאמיר גיין שווימען!!!! סע דא וואס – נו גיימיר שווימען????? און סע דא וואס – נו גיי מיר אביסל שווימען!!! [נאר מיט איין אזא ! צייכן] משא”כ איך על זאגן נו לאמיר גיין מהיכי תיתי נו נא ניש זאל זיין אזוי

אבער דאס איז כולו עלמא מודה אז שווימען איז גוטע נייעס! ס’איז פאן און געזונט. נו גיימיר כאפן א שווים!!! אריין

You must be logged in to post a comment.