איך זיץ מיר דא און לאך
מיינע חסידישע וואלענע ציצית – וואס טראכטן זיי/ער? ווער קען פארשטיין

א יעדן צופרי [כמעט] טרינק איך א קאפי פאר אלעם גלייך ביים אנהייב, איך מיין – איך טוה זיך אנקליידן א יעדן צופרי, נאך אפאר מינוט וואס די ציצית באשיינען מיין גוף טרינק איך א קאפי
אסאך מאל, נישט ווייניג נישט זייער אסאך, רעגעלמעסיג – געב איך פאר מיין גוטער פריינט, מיין ציצית אביסל קאפי טועם צו זיי

ווען איך בין וועהן א ציצית וואלט איך מיר ווען געוואונדערט פארוואס איין טאג גיבט ער מיר יא אין איין טאג נישט? גיי ווייס

ביי פרישטאג, אמאל באקומט ער נאר חריף, אמאל נאר קליין שטיקל ברויט [ווייניגער ווי א כזית], נו ווי אזוי ווילסטו איך זאל בענטשן? שיק אהער א גוט שטיקל עסטרייכערס קוקוס על איך זיין צופרידן

ביים דאווענען – יוש מאכט ער מיט, ביי ברוך שאמר הייבט מען עם אן שלעפן, ביי קרישמע שלעפט מען שוין אלע 4 זייטן מען זעצט זיך אויף מען בייגט זיך אהער אהין

ביים לערנען, אה דאן ווערט ער ‘דיזי’ מען דרייט ארום די פעדימער, מע שאקלט זיך ער שאקלט זיך מיט, וועהן ער קען וועהן ברעכן, קומט ארויס די קאפי מיט די פרישטאג צונאזאם
Tzitzis
אויב ברויך ער שלעפן שווערע פעקלעך וויפיל מאל ווערן די ציצית פארכאפט? די מיינסט טאקע אז די ציצית קען שלעפן אזוי פיל וואג? מען וואונדערט זיך פארוואס די בגד ווערט שווארץ – לאמיר זעהן פרוביר דו אויפצוהייבן גאר שווערע סחורה? קענסטו דען

ווען סע ווערט הייס, א מסכתא פאר זיך, מען שפאצירט ארום אין די גאס מיט א וואלענער הייליגער בגד
מע שוויצט אריין, מאנכע נוצן עס פאר א טאש טיכעל, ווי אזוי ווילסטו זאל ער זיך קעגן שטעלן? נעבעך

נו אויב איז ער אין פאל פון נויט: א יוד שפאצירט אויפ’ן גאס געשעט אזא מין זאך: ער הייבט אן מאכן פאַקסן, בליקט שנעל ארויף צום זון, וואפססס א האטשששאאאאאא! נו נעמט ער אפיר דעם ציצית ווישט אפ – אז ער האלט שוין די ציצה און האנט קען ער שוין ווישן די גריז פון מיטאג וואס איז געבליבן אויפן רעקל

אזוי ווארטענדיג אויף מנחה, קומט די עק פונעם ציצית זייער גוט צוניץ, אזוי בייגט מען עס איבער אויפ’ן אויגן גלעזער מען ווישט ארום, נאכאמאל ההההאאאאאא! נאך א וויש, געגאנגען! געדאוונט

אונזער יוד’ל קומט אהיים. (ווען ער איז גרייט) זאגט ער די קינדער: ווער סע גייט נישט אריין אין בעט שוין די רגע באקומט א שמיץ

די קינדער לויפן אריין אין בעט, נאך איידער זיי האבן צייט אנצוטאן די נאכט קליידער לויפט די געלונגענער פאטער ארום קיצלען אלע קינדער אין אויער, איינער באקומט אין די נאז

ביי איינעם בלייבט עס שטעקן אין די קנעפלעך סע הויעך יו”ט [סע נאך כשר, סע פעלט נאר איין]. וואס דעי ציצית ווערן נישט אלס גענוצט פאר דורכ’ן גאנצן טאג

ווען מען שטייט אויף וואונדערט מען זיך נאך, על מאי ולמה דער ציצית גליטשט זיך אראפ פון בעקל גלייך אריין אין נעגל וואסער טעפל? ווען איך בין וועהן דער ציצית וואלט איך אריין אין נעגל וואסער בדווקא דערנאך ארויפגעקראכן אויף מיין אייגענטומער, עם גוט אנגעלערענט! אבער נאך ווי

 

1 Comment. Leave new

You must be logged in to post a comment.