פאר די וואס ווייסן וואס דאס איז, קענען מיר ארויסהעלפן פאנטעזירן JACOB JAVITS CENTER
וואס גייט דארט טאקע פאר? דאס מוזט איר דארט זיין צו פארשטיין

אין אמת’ן אריין ווייס איך אויך נישט געהעריג, נאר אויף אזוי ווייט ווייס איך אז פשטות ווען איינער ברויך א פשט אין גמ’ איז דארט נישט דאס פלאץ. פארציילט מיר איינער אז ער איז דארט געווען די וואך, סע דא דארט כמה פעמים א יאר, אויסשטעלונגען – גרויסע פירמעס קומען ווייזן זייערע סחורה. – א יריד! אויב איך בין נישט גערעכט זאל מיר איינער העלפן, אבער אזוי האט עס צו מיר אויסגעקוקט

ער פארציילט אזוי:
הקדמה – מען ברויך אנרופן די צענטער’ס אייגענטומער צו באשטעלן א בודקע, בערך אזוינ’ס וואס סע דא אין ק”י כ”ו אב [אוודאי אביסל אנדערש אין גרעסער] אבער בערך אזא געדאנק
סע קאסט אן אפותיקאי, יעדער באקומט א שטיקל חלק מען לייגט סחורה אויף אויסשטעלונג, מען קען טאקע נישט שרייען אזוי מען טוט ביים ציון, אבער סע הענגט טאוולען ביי יעדען בודקע וואס און ווען די פירמע טוט פארשטעלן

ווענד זיך אויף וואס די אויסשטעלונג איז, אמאל איז דאס פאר קינדער-שפילעריי, דאן קומען אלע פירמעס וואס פרודעצירן קינדער-שפילעריי צוזאמען דארט אונטער איין דאך
אזוי אז איינער וואס פארמאגט א קינדער געשעפט’ס קומט אהין אין די טעג וואס די יריד גייט אן, אין ער זעהט געוויס וואס פארא שפילעריי כאפט אן אויג דאס קויפט ער איין וכו’ וכו’ וכן הוה ויהי לפלא

יעצט נחזור לחברי הי”ו, ער האלט יעצט ביי די חלק ווי מען קומט אויסלייגן דאס וואס מען וויל פארקויפן. ער פארקויפט…..[קינדער טענט’ס] ער קומט אן מיט א טראק סחורה, מען פארט אריין מיט’ן טראק, די שטייסט אין די זייט, זיי לאזן דיר גארנישט טון אליין, זיי לאדענען אפ די סחורה, טראגן עס ביז צום באשטימטען פלאץ וואס מען האט אפגעמאכט, אזוי גייט אלעס מיט א גענויעם סדר

איינמאל אלעס איז אויפן פלאץ – קומט אראפ דער מענטש (ווי למשל מיין חבר) ער שטעלט אויף די סחורה אויף זיין אפגעדינגענעם ד’ על ד’. נארמאל ברויכ’ן עס נאר די גוים וואס ארבייטן ביים סענטער אויפשטעלן, [נאר די געבוי פונעם בודקע חלק] די אינהאלט שטעלט מען יא אליינס צאם לויטן אייגענעם געשמאק

בציקור המעשה, לאמיך שוין צוקומען צום שפיץ נא! פרעג שוין נישט אזוי סאך

ווער סע האט נאך נישט געזען איז אביסל שווער אראפצומאלן, למשל איך האב געזען זאגט ער, אמאל א אויסשטעלונג טאקע פון שפילערייען – עטס ווייסטס וואס דאס מיינט? איר האט נאך נישט געזען אזויפיל מיני שפילצייגן אין אייער לעבן וואס דארט טוט זיך אפ. אנגעפאנגען פון פעדערס, וכל מיני קליינע שטותים – גע’ענדיגט ביי אלע מיני פאלשע חיות, קליינע הייזער פאר קינדער וכו’ וכו’ אזש איך האב געוואלט צירוק ווערן א יונגל פאר צוויי חדשים! עס איז מוראדי’ג אנרייצענד

יעצט איז מיר טאקע איינגעפאלן, ווי אזוי סע וואלט אויסגעקוקט ווען די יודן מאכן אזא זאך, אלע פירמעס קומען צום יריד, – הצלחה פארניטשור, משה’ס קינדער שיכלעך א.א.וו
סע וואלט זיך געטון, חסידים פון אלע זייטן, גבאי צדקה וואלטן זיך מחי’ געווען, איך רעד שוין נישט וואס אלע מוסדות וואלטן דארט אויפגעטון.

שילדן איבער אלע בודקעס וואלטן געהאנגען – פון אלע זייטן, מיט גרויסע קידוש לבנה אויתיות שרייענדיג
קויפט ביי אונז קינדער בעטן, מיר זענען נאך פון די רבי’ס צייטן

ביי אונז איז דא די בעסטע סערוויס – רבי בעריש שליט”א פלעגט ביי אונז ארדערן די פעמפערס

נעמטס פון דא ספרים שטוב בענקלעך אין קריגט א פרייע ספר “זכרון יוסף” מאת המחבר – פארקויפער פון די בענקלעך. (די זעלבע מענטש) – קויפט און דיזיינט, פעול’טס אויס אלעס גוטס.

מיר האבן נייע לעקטער’ס צו פארקויפן, פאר אייער שטוב, און פאר אייער קינדס שטוב, איר וועט אונז אלעמאל דאנקבער זיין
ווי אויך האבן מיר א ספעציעלע טעכנעלאגיע, אויב מען ליינט די שטערן ברענט זיך די לעמפל אויס

שווארטץ זילבער סטאר – פארזיכט א פרישער קאפי אין א זילבערנע בעכער, סע וועט זיין קאפי בחנם

עסט א שטיקל מזונות – [מזונות בחנם] מאכט א נאך ברכה אין די נייע ברכות קארטלעך ממלכות וקסברג

אזוי וועט אן א שיעור זאכן ווערן אויסגעלייגט, יעדער מיט זיינע פסוקים

סע וואלט געווען היפש אינטערעסאנט! א גוטע נאכט

You must be logged in to post a comment.