איך וואלט געוואלט עפענען אי אידישע באר – א רגע! איידער איר ווערט ווילד, מאכט צו אייער אויגן אטעמט אריין, אטעמט ארויס בארוהיגט אייך

יעצט נאכאמאל איך וויל עפענען א אידישע באר, הער אויס. הער נישט, ליין! וואס איז דאס א “באר”? לאמיר זעהן

א “באר” מיינט ביי אסאך מענטשן אנדערש, ביי איינעם איז עס א הוללות, ווען ביים צווייטן איז עס א שמיץ פלאץ, ביי א דריטן איז עס סך הכל א קרעטשמע. נו וואס איז דאס טאקע? לאמיר גיין שטייטלעך

די מח פארט, איך זעה מיך זיין די קעניג פון אינדיע, אמאל בין איך א פישער אין רוסלאנד, אנגעפעלצ’ט ביזן נאניע! אדער סתם אין ראדני

וואס די אפטייטש פון די ווארט באר? טייטש איז: 1) א טישל איוף ווי דער טיילער טיילט, מישט אלקאהאלישע געטראנקען – קאונטער 2) א פלאץ ווי מען סערווירט אלקאהאלישע געטראנקען – עסטעבלישמענט

הקדמה – וואס איז א קרעטשמע? איך רעד נישט מצד הלצנות חלק, באמת וואס מיינט ווען מאשקע פלעגט זיין אין קרעטשמע? זיכער נישט וואס סע טוט זיך אפ אין א באר היינטיגע טעג (איך וויל באלד צוריק קומען צו היינטיגע בארס) עס איז געווען יודן ווי להבדיל גוים אויך פשטות איז געווען ווי צו שלאפן אויך, מן הסתם אזוי ווי א האטעל אדער ווייס-איך-וואס. אבער בכל אופן איז געווען אלקאהאל דארט

נאך א קשיא – פארוואס ברויך מען די אלקאהאל חלק? איך פערסאנעל בין ניט קיין שיכור, אלא מאי וואס אין ווען טו איך אין באר? (איך בין נאך נישט דארט – איך וויל גיין). דער הייליגער באשעפער האט אזוי אויסגעשטעלט די וועלט, סע איז דא אזא זאך ווי אלקאהאל – וויין לקידוש, שֵכָר טרעפט מען אין די גמרא, סע דא ביר, ברוינפען, סע איז גוט אין טעם ב”ה

Beerאיינער האט מער ליב דעיס, איינער טרעפט א געשמאק אין וויין בעת דער צווייטער איז א מומחה אין צאם מישן אראנדז דזשוס מיט וואדקע וכו

נו! אינדערהיים טרינקט זיך נישט אזוי גוט, ווי אין א פלאץ ווי נאך 20 מענטשן זיצען, אזוי ווי אין ישיבה – א משל – רייכערען בחורים ווייל דער צווייטער און דריטער רייכערען – סע איז פשוט בע’טעמטער צו זיצן, שמועסן בשעת מען טרינקט, אין דער אלטער היים טרעפט מען טאקע מעשיות ווי די חסידים פלעגן צוזאמען זיצען אין דערציילן פונעם רבי’ן! בקיצור מיין שפיץ איז, מען טרעפט אז אלקאהאל איז גוט – איך דארף דאס נישט אפי’ זאגן, איך חזר נאר איבער. ווי אויך זעהט מען אז חברותא איז גוט

יעצט האב איך נאך איין נקודה – וואס קען זיין נישט יעדער עט עס אייניג פארשטיין, עס רופט זיך דמיונ’ן. ווי גוט איז צו זיצן אויף א סאפע, קאוטש, פשוט און פראסט לאזן די מח לויפן! צו נאך א טאג ארבייט, צו נאך א טענה’ריי אין אשכול, צו סתם אזוי, ביי אסאך פארגליסט זיך אין אזא פאל א ציגארעט’ל. די מח פארט, איך זעה מיך זיין די קעניג פון אינדיע, אמאל בין איך א פישער אין רוסלאנד, אנגעפעלצ’ט ביזן נאניע! אדער סתם אין ראדני

ווי אזוי אומער – קען מען לויט די 3 מושגים צו אמאל האט איינער נאך סיבות, צו קומען אין באר, אוודאי נאר מענער וועלן האבן איינטריט, מוזיק אונטער צו שפילן האבן מיר גענוג אין נאך, ליל שישי האמיר הרב קארליבאך, מר. גרין, א נייע עלי ביר, ועוד ועוד, קומזיצ’ן מיט טשולענט גייט פון זיך אליין

ספירה קען פינקי מיט שירה אונטער גראמען, א ספעציעלע טישל פאר הארגע’נייזערס, וכו’ וכו’ צייטונגען – קלאץ אפאראטן זענען ערשט אריינצוקומען – אפשר קאגעלעך עט מען אויך אריינלאזן

דאס וואס די גוים האבן גענומען זייערע מושגים, פארטוישט די זאך “באר” מיט זייערע אינטערהאלטונגס ערטער, צו די סקרינס וכו’, איז געבויט געווארן מיט די יארן
סיי וואספארא זאכן סע גייען פאר אין יארע 2012, האבן זיי עס אריינגעברענגט אין די עסטבלישמענט באר, געמאכט אלעס אונטער איין דאך, דאס האט נישט מיט אונז, אויך נישט מיט די עצם גע’באר’עכטס

מילא טראכט איך ערענסט פון עפענען א אידישע באר!!!! נו וואס האלטסטו

 

 

Bar Seats

You must be logged in to post a comment.