אינסטרוקציעס פאר די געים קוגעלעך: זעצט אייך אוועק

מען נעמט פינף שטיינדעלעך – איך מיין צו זאגן מען קויפט אדער מע באקומט, סע נעמט זיך נישט אזוי

יעצט קומט “וואנזיס”, מען גיבט א ווארף אלע פינף, גענוג הויעך עס זאל זיך אביסל צושפרייטן
גאר קליינע שפילערס מעגן ארום שפרייטן בידים גענוג ווי זיי ווילן, אפי’ דאס מיינט ארום לויפן די גאנצע שטוב

מען הייבט אויף איינס, מען ווארפט עס ארויפ אין די לופט [נישט צו הויעך] גענוג אז מען זאל כאפן נאך א קוגעלע פון דער ערד ווילאנג דער ערשטער קוגעלע איז אין די לופט, אויב מען כאפט צוריק די פליענדיגע באשטאנטייל איידער עס פאלט אראפ, דאן מיט איין קוגעלע אין די האנט, ווארפט מען נאך אמאל איינס אין די לופט, אזוי נעמט מען נאך איינס פון דער ערד, און אזוי כאפט מען איינס ביי איינס ביז מען האט אלע

משא”כ אויב פאלט די פליעדיגע קוגעלע סיי ווען אראפ אויף דער ערד, מאל מאכט זיך מען כאפט עס אויף אדער אין א בגד, שרייט מען גאר שנעל יעס “סעיוו”, אויב איינער וואגט זיך צו שרייען נישט סעיוו דאן קריגט מען זיך ביז מען ענדיגט די געים

אויב אבער עס פאלט פשוט אין פראסט אראפ אויפ דער ערד, איז מען ‘אוט’, דער קומענדיגער אין די רייע קומט צו גיין, ער טוט ווי אויבן דערמאנט

ווען מען ענדיגט “וואנזיס” קומט “טואזיס”, דאס מיינט מען צושפרייט אלע קוגעלעך דורכן געבן א קליינע ווארף אלע פינף קוגעלעך אין די לופט גענוג אז זאל זיין אביסל נאנט, 2 און 2, ווייל יעצט גייט מען ברויכן אויפהייבן צוויי אויף אמאל איידער די פליעדיגע קוגעלע לאנדעט אויפ איינעמ’ס נאניע

פון דארט און ווייטער האב איך קיינמאל נישט געשפילט, עס איז געווען איין יונגעל ביי אונז אין חדר וואס האט עס געקענט. – ער איז היינט א גרויסער לאויער

נאך דעם קומט “טריזיס” איין פליעט מען כאפט 3 דערנאך פליעט ער נאך אמאל, מען גיבט שנעל א כאפ די לעצטע, פאר מאנכע איז גרינגער צו כאפן קודם 1 דערנאך 3, אויף דעם איז אייביג געווען רשות ביד השפילער

“פארזיס” מען האלט אלע פינף אין איין האנט, ארויף מיט איינס אראפ מיט אלע פיר, מען כאפט די פליעדעיגע ארויף צירוק מיט’ן פליעדיגע אלע פיר אין האנט די פליעדיגע קראכט אויפ די knuckles סע טוט אביסל וויי סע גארנישט ווען דיין קאלעגע שפילער גייט האלטן ביי “פארזיס” גייט ער עס אויך כאפן

“וואנזיס” נאכאמאל, אלעמאל קומט איין רונדע פון וועלעכע לעוועל מען האלט [באלד מסביר זיין בעסער]. גאר גוטע שפילערס שניידען ארויס דעי וואנזיס

יעצט קומט “על יד” מען ווארפט אלע 5 קוגעלעך אין די לופט, גענוג הויעך מען זאל עס קענען גלייך צוריק כאפן, אבער נישט אויפן האנט פלאך, נאר אויפן אויבערשטען זייט פונעם האנט, (דארט ווי די קנעכלן פון די פינגער טוען וויי) די ערשטע לעוועל מיז מען כאפן כאטשיג צוויי – די בעסטע איז אז מען כאפט 4 אדער פינף, אויב כאפט מען פיר קען מען ארויפ לייגן די פינעפטע אין גיין ווייטער. דאס מיינט נאך אמאל ווארפן אין די לופט אלע 5, כאפן אויפן האנט פלאך אין יאַלאַ וואנזיס נאכאמאל

אויב כאפט מען נאר צוויי, לייגט מען אראפ איינס פון די האנט, נעבן סיי וועלעכע וואס איז אויף דער ערד, מען ווארפט ארויפ די לעצטע איבערגעבליבענע וואס איז נאך אויפן האנט (נישט אויפן האנט פלאך) מען כאפט צוויי דערנאך ווארפט מען ארויף איינס מען לייגט אראפ אלע 3 נעבן די פערטע, ארויף איין מען כאפט אלע וכן יעשו לכל החמישה

אויב רוקט זיך איינס אינמיטן, סיי אויב סע דאכט זיך נאר אז סע האט זיך גערוקט ידך על התחתונה, דו בוזט דאך געווען קאנצעטרירט אויפ די פליעדיגע מילא קען איך סיי ווי זאגן וואס איך וויל! בוזטו אוט

יעצט “וואנזיס” דערנאך קומט ענדליך “קוגעלעך”, קוגעלעך איז אקעי די פאטש נאך דעם איז אומבאשרייבלעך שווער, העסט שוין זעהן פארוואס ביי די קומענדיגע לעוועלס. קענסט דז’אגעלן ? זיכער

684

קוגעלעך – מען שפרייט אויס אלע פינף, הייב אויף איינס, ווארף ארויף כאפ איינס פון דער ערד מיט -אוודאי- די פליעדיגע, יעצט ווארף ביידע כאפ א דריטע ווארף אלע 3 כאפ א 4טע ווארף אלע 4, יא ווען דו האסט שוין אלע 5 ווארף אלע 5 געב א פאטש אויפ דער ערד כאפ אלע 5, ווען דו ענדיגסט ביז אהער קום צוריק, דו לאכסט? עס האט מיר גענומען א יאר אין כתה ג’ ביז איך האב געכאפט איינס

שוין, יעצט קומט “טשענדזיס” מען קען שפילו צוויי וועגן, איך שפיל נישט די בעיבישע וועג, וואס איז ווי פאלגענד, מען שפרייט אויס אלע 5 אויף דער ערד מען ווארפט ארויפ איין, בשעת ער איז אין די לופט הייבט מען אויף איין, יעצט גייט מען טוישן אלע קוגעלעך, ד.ה. איינס איז אין האנט איינס פליעט ארויף, יעצט די גרינגע וועג איז, איידער מען ווארפט ארויף איינס, לייגט מען די קוגעלע וואס גייט ארויס גיין ביים שפיץ הענט אזוי ווען ער איז אין די לופט גייט ער ארויס פון די שפיץ פינגער זייער גרינג, אבער איך טוה נישט אזוי, איך ווארף ארויף איין, איך טויש קוגעלע געהעריג ווי א מענטש

ארויף נאכאמאל איינס טויש די קוגעלע פונעם האנט מיטן קומענדיגע, אזוי מיט אלע. דערנאך ארויף איינס די לעצטע לייגסטו אויפן טיש, יעצט נאכאמאל ארויף איינס און כאפ אלע פינעף, אויב האסטו נאר געכאפט איינס ווייניגער בוזטו אוט!! אויב די שפילסט נאך בכלל

נאך א “וואנזיס” דערנאך קומט פּאָץ, ארויף 4 אראפ איינס ארויפ 3 אראפ איינס וכו’ סע דא א גרינגע וועג, איך מיין ארויף איינס אראפ איין וכו’ – ווידער איך שפיל נישט די בעיבישע וועג. (איך בין שוין א גראען אפ) איך שפיל פעסט

וואנזיס, “טויער” אוי דעיס נעמט א יאר, איך האב געהאט גרויסע הענט איז געווען גרינגער, מען שפרייט אויס אלע קוגעלעך, מיט איין האנט מאך מען א טויער, ד.ה. מען שפרייט אויס איין הענט אויף דער ערד, סע זאל זיין פלאץ פאר די קוגעלעך אדורך צו פליען צווישן די גראבע מיטן צווייטן פינגער אזוי קוקט עס אויס אביסל ווי א טויער אויף דער ערד

איינס ארויף, איינס דורכן טויער אין די זעלבע צייט

אדורך פליענדיג די טויער בשעת איין קוגעלע איז אין די לופט, איז נישט אזוי שווער, פרוביר נאכאמאל קיין איינס טאר זיך נישט אנרירן, נישט פארן פליען נישט בשעת’ן פליען און אויך נישט נאכן פליען, מאך זיכער נישט צו שיסן מיט א כעס אפי’ נאכן 3טע מאל פרובירן וויבאלד צום סוף ברויך מען צאם כאפן אלע מיט איין כאפ בשעת איין פליעט אין די לופט. (אין איין אזא פאל איז מיר די קוגעלע אריין אין מויל אויפן וועג אראפ) אמת’ע מעשה

ב”ה יעצט האלטסטו ביים צווייטן חלק, מען ברויך איבערטון די זעלבע זאך ווי ביז אהער, נאר אנשטאט איינס אויף א מאל טוה אלעס מיט צוויי אויף אמאל, ד.ה. אייביג ווארפט מען נאר ארויפ איינס אין די לופט, חוץ ביי “קוגעלעך” אבער אלע אנדערע בלייבט אייביג איינס – על יד אויך נישט אבער געווענליך
די צווייטע חלק הייבט זיך אן ביי “טואזיס” דריטע חלק ביי “טריזיס” די גאנצע חלק אנשטאט וואנזיס מאכט מען טאוזיס אדער טריזיס. א.ז.וו
על יד יעדע חלק העכער מוז מען כאפן מער, דאס הייסט ביי 3טע חלק מוז מען כאפן 4 וכו’ יא יא

*********
ביי פערטע חלק הייבט זיך אן די פיינע צייטן

וואנזיס – עס הייבט זיך צוריק אן פון איינס ביז זיבעטע חלק – תל אביב – נאכאמאל איינס, נאר יעדע זאך איז שווערער און אביסל אנדערש

וואנזיס – זדאגעלט מען, [גיב אבאכט סע דא וואס שפילן אויב מען ווערט אוט ביי וואנזיס פון פערטער חלק הייבט מען אן פון אנפאנג], אזוי דז’אגעלענדיג הייבט מען אויף איינס ביי איינס, אויב קוקט עס א משהו אויס ווי געדז’אגעלט איז אויך גוט

 אצינד “טואזיס” הייסט איזה ואיזה – דער וואס שפילט מיט ברויך זאגן וועלעכע צוויי מען הייבט אויף. “טריזיס” הייסט “חוץ” – דיין חבר זאגט וועלעכע 3 מען הייבט אויף. על יד, מוז מען כאפן 2 די זעלבע ווי ערשטע חלק אבער אלעס מיט א געדז’אגעלאכטס

אויף פאטש חייף נאך קוגעלעך – נאכן זאגן לוי יצחק בן שרה סאשע און פארלירן 20 קוגעלעך האב איך געקענט פארגעסן פון עס מאכן, איז אבער דא אזא זאך ווי 10 געהעריגע פאטשעס, אז נישט האט זיך די געים דארט גענדיגט

אזוי גייט ביז 7טע חלק, פון דארט און ווייטער האב איך קיינמאל נישט געשפילט, עס איז געווען איין יונגעל ביי אונז אין חדר וואס האט עס געקענט. (ער איז היינט א גרויסער לאויער) אהא

*******

עס איז גוט צו שרייען איידער מען הייבט אן די געים – כל הקולות מיט שכר שכם, דאפעלטע חלק…….

עפעס פאלי פאלי פאך פאך – [וואס?] געדענקסט

שכר – אויב מען ציהט א חלק אן “אוט” ווערן האט מען א שכר – וזה נאך א לייף ד.מ. מען קען צוויי מאל “אוט” ווערן

זכות – מיינט ווען איך האלט איין חלק ווייטער ווי דיר האב אין נאך א לייף

כל זה כתבתי כפי הנראה לי, באופנים מסוימים יעשה יעשה שאלת חכם וה’ הטוב יכפר

You must be logged in to post a comment.