מיר וואלטן געוואלט איינמעלדן דעם חשובן ציבור מקהל קורצזיכטיג ק’, היי יאר עט דער פ”ר אריינקומען אזוי ווי פאריאר ברוב עם הדרת למך

דער רבי עט באשיינען דעם אויבן אן פונעם טיש מיט גרויס פומפע, ער וועט זיך זייער אנשטרענגען אז יעדער זאל קענען זעהן ווי ער עסט זיך אן, ווי אויך ווען ער פארצוקט מערערע פארציעאקעס בנשימה אחת

גלייך ווען דער מוזיק וועט אנהייבן שפילן דעם אלעמען באקאנטן ניגון: אלע חסידים טוען קוקן ווי דער רבי טוט אריינרוקן געפילטע וויזוי הייסטעס מיט בונדלעך….. וכו’ וכו’ זאל דער עולם נישט ווארפן קיין אומהויגליכע פארביסענע ראזינקעס – ווייל דער רבי איז אללערגיש צו דעים! כידוע

*********

מיר האבן איצטערט אפגעהאלטן א מיטינג מיט כ”ק אדמו”ר פורינו שליט”א

ער האט געוואלט נאך א מיטינג צו שליסן די ערשטע מיטינג, אבער מיט גרויס שטארקייט האמיר געפועלט אזא זאך זאל נישט פארקומען צוליב די מורדי הקהילה

מיר האבן – אלץ די גרעסטע וועלטס יועצים – אויסגעבעטן דעם קורצזיכטיג’ער רבי, ער זאל נאכן טיש דקהלתו אויך פירן שלעפשיצער טיש היות דער שלעפשיצער רבי פירט זיך בהצנע לכת, ער איז שוין אזוי באהאלטן פאר א קנאפע פאר יאר

כדי סע זאל זיין א טיש בקהלתינו הקדושה שלעפשיץ האט דער רבי האט מסכים געווען – ווילן מיר דא אפיציעל קלאר מאכן, די קומענדיגע פאר וואכן איז איין רבי רבינו פ”ר שליט”א ד’קהל שלעפשיץ אויך רבי פון די גאנצע וועלט!!!!! און יעצט ווילן מיר איינלאדענען דעם ציבור אין שפיץ דרבינו צום חתונה מאחד אנשי שלוצינו יואל צייטליכער ני”ו אין חצר גינת ביתן אולם עטרת רבקה אין שטעטל פ. ד’שלעפשיץ והגלילות

אויב די רבי קומט נישט אן איז מחמת הקפיצת הדרך שלו קפץ מאד מאד – גאר גאר ווייט

**********

לכבוד יומא דהולדת של אנש חבר וידיד של מרן פורינו – מנשה לוסטיג, וועט דער רבי נאכאמאל טיילן די שיריים פון די איבערגעליבענע פיש זאפט – דאס איז א חוץ דעם געווענליכן אויפ-פרעס. (הנזכר באינטערוואו) די רבי איז שוין אינעווייניג – אלע פארזאמעלטע זיצן שוין, יעצט הייבט זיך עס אן, דער רבי לייגט זיך איבער אויפ’ן טיש אזוי געהעריג אז יעדער זאל קענען זעהן ווי די רבי עסט, פיש האט מען נאר געגעסן מיט די הענט, משא”כ פלייש אין זיפ האט מען נאר מיט די פינגערס געמעקט אנשעפן

יעצט קומט די חלק השיריים, איז ביי אונז נאך פונדערהיים, אזוי ווי דער רבי’ס פארגייער האבן געטון, איז מען נישט געקומען נעמען די שיריים, נאר דער רבי האט דעטיילט, פיש פלייש וכל דבר יבש איז אריין דורך די אויערן, וכל דבר לח פלעגט אזוי דער רבי אנגיסן פאר יעדן אונעם נאניע – וזה מנהגו הקלות

דערנאך האט מען געזונגען נאר נייע ניגונים (סע דא אן עקסטערען טיש פאר אלטע ניגונים) א שטייגער ווי אברהם’ס נייע אלבום  – אין אברהם קאליש’ס נייע ניגון – א לינק מעג ווערן צוגעשטעלט

דערנאך האט דער בעל שמחה הרב שבת-זכור מיט ‘מנשה לוסטיג’ אין וויליאמסבורג געבענטשט, דער עולם האט ווארעמערהייט אפעלאדירט דערנאך איז יעדער אודך דורך דעם זייטיגן טיר

*********
— ערב פרשת תצוה שבת זכור תשע”ב

די וואך אנדערש ווי אלע וואכן וועט מרן פורינו אריינקומען צום טיש באלד ביים זמן הדלקות נרות הבעע”ל 5:33. בפקודת רבינו מוז יעדער זיין אויף די פלעצער גרייט צו כאפן וואס די רבי האט צו ווארפן. עס איז דא גענוג קיינער ברויך נישט כאפן אדער שטופן! נאכן דאווענען וועט זיין א באטע, יעדער קען מאכן די באטע ביי זיך אינדערהיים די רבי וועט ארומגיין און אלע הייזער, אזוי איז איינגעפירט צוליב א מעשה שה…. יא

וכן הוא המעשה:
איין פרייטיג צונאכטס ויהי הבאטע, עס האט זיך פארזאמעלט קרוב צו מילליאן מענטשן, יעדער קוקט אזוי מיט פארגלייזטע אויגן אויפ’ן רבי’ן ווי ער פארלענדט, כאפט זיך אריין א קליין מתנגד’ל אין בית המדרש, ער קוקט זיך אזוי צו מיט שפאס, ער האט אוודאי געמיינט אז קיינער זעהט עם נישט, ער באהאלט זיך אזוי אונטער’ן טיש. און פלוצלונג (אזלא גרש) איז א גרויס שטיקל הייסע בריעדיגע שיריים פונעם רבי’ן ארויפגעפלאטשקעט אויף דעם מנתגד, ער האט זיך נעבעך גוט אפגעבריהט

אבער אונזער רבי’ס אהבת ישראל האט דאס נישט צוגעלאזט קוים וואס ער האט זיך איינגעהאלטן אויפצועסן די אראפגעפאלענע עסן, האט ער ארום גענומען דעם איד און אויפגעהויבן גלייך

יעצט אבער מאכט זיך נאך א פראבלעם – ויהי הבאטע קומט אריין א יוד אין פארציילט א וואונדערליכער פאסירונג וואס איז פארלאפן אינמיטן די וואך, ער האט געהאט גרויס פיס ווייטאג אויף די רעכטע פיס, מיט גרויס צער לופט ער אריין צום רבין, ער ברעכט אויס אין א געוויין, נו די רבי הייבט אן מאכן מיט די האנט, טאפן די פיס ער טאפט אהער טאפט אהין, בתוך הגעמורמעלאכטס הערט זיך כמה פעמים – סמקן ירקן וברקן – [קיינער זאל נישט איבערזאגן די ווערטער נאר אויב מע ווייסט וואס דאס מיינט]. בקיצור די רבי וואונטשט אן אז עס וועט גאר בקרוב אריבערגיין

אזוי ביים באטע פארציילענדיג די מעשה האט ער אנגעהויבן שפירן גאר שטארקע פיס ווייטאג – די לינקע פיס האט אנגעהויבן ווייטאן, ער שפרינגט ארויף צום רבין אויפן טיש, רבי! יעצט טוט די לינקע פיס וויי, נו רופט זיך אן די רבי – איך האב דיר דאך צוגעזאגט אז עס וועט אריבערגיין!!! וכן הוה

זייט די צוויי געשעעניש’ן פירט מען מער נישט באטע ברבים, נאר יעדער ביי זיך די רבי שיקט דורך אימעיל פאר יעדן אביסל וויין און עפל

*******

מוצש”ק זכור פה שלעפשיץ יצ”ו
די שבת איז ב”ה געווען דערהויבן ווי עס איז טאקע אזוי ערווארטעט געווען

די של”ס תורה עמיר דא אראפ ברענגן גאר אין קורצן – די רבי האט ארויס געברענגט דעם ענין, לאנגווייליגקייט וואס מען זעהט איינגעזייט ביים צוביר לעצטענס, דער עולם ווייסט שוין נישט וואס צו טון פאר ליידיג גיין

במילא האט מען איינגעפירט ביי אונז אין קהילה אבות ואבי אבות – מאנכע ווייסן וועגן אבות ובנים – אבער דא איז אנדערשט, וויבאלד נאר עלטערן אין עלטער עלטערן זענען ערלויבט צו קומען

שוין מוצאי האט זיך טאקע אנגעזעהן א ריזן ציבור מער ווי מען האט זיך גערישט, די פראגראם איז צוגעגאנגען אזוי, יעדער וואס איז געקומען האט באקומען א חברותא וואס צוזאם האבן זיי געשפילט ציגל קראכן – די געווינער’ס פער שפיל, האט מען צוזאם גענומען זיי האבן געשפילט גערעגטע ‘מענטשן’ צוזאמען, אזוי איז געווארן ווייניגער און ווייניגער געווינער

אצינד האבן די לעצטע צוויי געווינער געשפילט – איידער די לעצטע שפיל האט זיך אנגעהויבן האט דער רבי פורינו אריינגעטרעטן אין שול סא יעדער איז געלאפן אויפן פלאץ אזוי האט מען נישט געוויסט עד היום ווער דער עכטער געווינער איז
ווער עס ווייסט זאל אריינרופן

צום סוף [נאכן לערנען] איז געווען א גורל דער געווינער איז געווען יואלי בן שרה סאשע – ער האט געווינען – א פעקל מעקימעלטע מעצימרינג

1 Comment. Leave new

You must be logged in to post a comment.