יום ה’ פרשת יתרו תשע”ב לפ”ק

דאנערשטאג קום איך אהיים פון חדר פרי, א קליייניגקייט? מע פארט קיין מונטריאל אי”ה

איך פאק מיך צאם ווארעמע הענטשעך שטיוול וכו’ א עקסטערע אויער’ן שיצער עט נישט וויי טון, נאָך א האלבע שעה זיכער מאכן אז איך האב אלעס איז די פאקעריי געווען פערטיג

דאס מאל אנדערש ווי ביז אהער, פארט גאנץ משפחת שלעפ, אנשים נשים וטף, א שמחה פון א משפחה קרוב, א בר מצוה אין קאנאדע, נו נאך דערצו אז די בר מצוה איז ביום השבת קודש, איז יעדער וויליג צו באשיינען דעם הערליכן מעמד, ווער וויל דען דא בלייבן ? (איך נישט) ביילאפיג קיינער נישט

בערך 2:00 איז געווען אפגעשמועסט אז מען פארט, 5:00 איז מען שוין געווען אין קאר איינגעפאקט און גרייט צו פארן, אלעס איז געווען אין קאר, די זאכן וואס ברויכן גענוצט ווערן אינמיטן וועג זענען אויך געווען טיעף אינעם אונטערשטען חלק פונעם קאר, יעצט איז מען זיכער אז מען ברויך זיך אפשטעלן א שיינע פאר מאל אינמיטן די קומענדיגע 8 שעה

איידער מען האט זיך ארויס געלאזט איז מען געגאנגען אויפנעמען דעם קליינעם פון חדר, מען האט געהאלטן דארט אינמיטן לימודי חול, אלע קינדער האבן צוגעשענקט אזוינע בליקן: :evil: איך וויל שוין אויך אהיים גיין

ארויס פון שטאט איז געווען ווי געפלאנט, א סטאפ אין מונרוי פאר מנחה איז נישט מעגליך אויסצולאזן, מיין רעקל איז געווען באגראבן אונטער א הויפן ברוכווארג, בין איך אריין אין בית מדרש הגדול געבארגט א מאנטל מאחד “הַ’הוּקס” שֶבְּ’שוּל’ינו, עס האט אויסגעקוקט ווי איך האב אן א קורצע מאנטל, איינע פון מיינע חברים וועם כ’האב באגעגנט אין בית מדרש האט מיר נישט געגריסט [ווען איך זעה א הויעכער מאן מיט א קליינע מאנטל שעם איך זיך אויך וועהן] הא

ארויס פון קרית יואל בשעה טובה, ארויף ‘נארט’ ווי נארמאל, געים בוי ארויס, נאש אריין, געטוישט ניגונים יעדע פאר מינוט, ביי יעדע סטאפ האט מען געווארט פאר אלע אנדערע קארס, די משפחה קעניינע הארע פאסט נישט אריין אין איין קאר, נאך יעדע סטאפ אודך פריש ווער כאפט אריין וועם, יעדע מאל איינער כאפט זיך אריין ווייזט מען ביי ביי פון די פענסטער, מען זינגט דעם וועלט’ליכער ליד: ביי ביי קארעלע קענסט דיר נישט אריינכאפן………….. איך האב נישט געזונגען, איך רעד פון די קינדער

איינער אין די משפחה א דרייווער פון איינע פון די קארס, האט פארלוירן די בערזל ביי א גאז סטאנציע פארן גרעניץ, ער איז צוריק געפארן א האלבע שעה בחסדי השם ער עס געטראפן אויפן גאס אומבארירט. מיין דרייווער האט געדרייווט א גאנצע וועג מיטן קוטשמע אויפן קאפ

ביים גרעניץ איז געשטאנען א בע’טעמ’טער באאמטער, ער איז נאך געווען זיס אויך, מען האט עם געזאגט מ’גייט צו א שמחת בר מצוה, האט ער געפרעגט צו דער בר מצוה בחור לערנט פלייסיג? כא איז ער גוט. דערנאך אלע קארס אונטער אונז וואס האבן געזאגט בר מצוה האט ער שוין געוואוסט פון וואס מ’רעדט

אין מונטריאל זעמיר אנגעקומען אחר חצות הלילה, געזונטערהייט ב”ה

איך האב מיר געפרייט אז מען קען איינמאל פאר אלעמאל פארן אויף 100 – לעגאל – איך בין געפלויגן (קילאמעטער). – יענץ געלעכטער – ביז איך האב געכאפט וואס סע מיינט

יעדער האט באקומען א מעכטיגער באקוועמער אכסנאי, אלעס פיין, נאר פַּארקען די קאר איז א מסכתא פאר זיך, די שילדן האמיר נישט פארשטאנען וואס סע גייט פאר, נאך גוט איך שטיי אויף צו סוף זמן קרישמע אזוי האב איך איינגעשפארט א קוויטל, גוטע יודן האבן אונז געהאלפן

אין מונטריאל ארבייט עס אזוי, אויב דער גאסט געבער רופט אריין 311 ער מעלדט איין ער האט געסט, באקומען די געסט א פערמיט, אזא רשות צעטל צו בלייבן פארקען אויף דעם גאס, אבער נאר אויף דיע גאס ממש, נישט א גאס ארויף ציה. נאך גוט אז בלומבערג איז נישט דארט מעיאר ווייל איך וואלט געווארט אויפן טרייבל איינער זאל ענטפערן 311 איין וואך, דערנאך אויפן פערמיט צוויי וואכן, דארט איז עס אבער א שטאטישער ארבייטער געקומען ברענגען אין 15 מינוט נאכן רופן בערך

אויפ’ן טיר פון מיין שטוב איז געהאנגן א קליינע צעטל “מיר זענען אייניקלעך פון אברהם אבינו – מיר האבן ליב געסט, קומט אריין…….. מיר זענען איינגעשטאנען ביי אידן ב”ה, איך האב מיר שנעל באקוועם געמאכט, וישן ויחלום…..שלישית

פרייטאג אינדערפרי

פרישטאג אלע אינאיינעם, טועמיה וכו’, געדאווענט מנחה אין זאל, בעלי תפילה האמיר געהאט זייער פיינע ב”ה, איך בין געווען פארנומען צו העלפן א גאנצן טאג, וואס? יא

שבת ביינאכט נאכ’ן דאווענען איז מען זיך געגאנגען וואשן צום סעודת שבת-בר מצוה, אוי איז דאס געווען שיין, א סעודת שלמה בשעתו, א קעיטערער צו די זאך, אנגעגרייט און נאך געקומען קוקן א גאנצע צייט וואס סע פעלט זיך אויס דער עולם זאל זיין זאט.

דא וויל איך אביסל איבערגעבן פאר די ליינער, א חילוק פון א וועכענדיגער ביז א שבתדיגער בר מצוה

שבת ביי די סעודה, יעדער איז געזיצן מיט א שבת’דיגע רוהיגקייט, שווער צו שרייבן – אנע טעלעפאונען, גארנישט שלעפט נישט אוועק דעם קאפ, אלעס טראגט א שטריימעל חוץ בחורים שטייצעך, קיינער איז נישט געווען פארנומען מיטן לויפן רוקן א קאר ווייל ער שטייט דובל-פארקט, יעדער איז געזיצן שיין און מיט געשפירט דעם שמחה קיינער טרייבט נישט. בליצן און בילדער האבן נישט נערווירט דעם עולם, קיינע ווידיא – א עכט כשרע אטמאספער

די זמירות זענען געזונגען געווארן מיט א ווארעמע אמאליגער חן. פון אלט און אראפ יעדער האט מיט געזינגען און ארויסגעהאלפן מיט די זמירות שבת

די בר מצוה בחור, ביידע זיידע’ס און פעטערס האבן באשיינט דעם אויבן אן, אלע קרובים פון אלע עקן לאנד האבן באשיינט די איבריגע טישן, סע געווען א נחת צו קוקן, יעדער האט געקענט מאכן א לחיים רוהיג

די בר מצוה בחור’ס חבירים זענען אנגעקומן צוביסלעך, אינמיטן די סעודה האט די בר מצוה בחור “געוואלט” זאגן די פשעטל, סע נישט געווען צו וועם צו רעדן, וראה בנים’ס…. זענען געקומען צו פליען פון אלע זייטן. ביז ער האט זיך אראפ געזעצט ווען א שמייכל נעמט ארום יעדענ’ס פנים

די בר מצוה חתן האט געבענטשט פארן עמוד

שבת צופרי

מען האט זיך געשטעלט 9:30 כמנהג החסידים

ביים ליינען האט דער בעל שמחה געמאכט א ברוך שפטרנו, מען האט עם באווארפן מיט קענדיס, איך האב נאך מרויח געווען אויך, איך האב אראפגעריקט א פלעשל ברוינפן פון טיש :grin: כאפצעם

א שיינע סעודה האט נאכגעפאלגט דעם מעכטיגן קידוש, אזוי ווי א נאכט פריער איז געווען יעצט אויך, די זמירות א.א.וו

רעווא דרעווין איז געפירט געווארן בבית השמחה, מיר האבן געהאט אייגענע מנין ב”ה. מלוה מלכה איז ווידער געפראוועט געווארן דארט אין דיינונג רום, אינמיטן איז אריינגעקומן די בשורה אז איינער פון די משפחה האבן אויסגעפירט א שידוך, די שטומונג האט זיך געטוישט אויף ארויף

חצות הלילה איז מען צירוק געגאנגען צו די אכסנאי’ס
—————-

זינטאג נאך א הערליכער פרישטאג איז יעדער אהיים איש על מחנהו ואיש על דיגלו, מען האט געשפירט די קשה עלי פרידתכם אין די לופט! ביים גרעניץ אויפן וועג צירוק איז געווען א שטיקל פראבלעם, איינע פון די פאפירן זענען געווען פראבלעמאטיש, מען האט אונז געהייסן אריינגיין אין בנין, נאך א שטיקל צייט האט מען געלאזט גיין ב”ה.

You must be logged in to post a comment.