ווען איך בין געווען א יונגעלע איך דערמאן זיך מיר גאר אפט
מיין הארץ ציהט צוריק אהין אויף דעם איך האב אלץ געהאפט

אין ירושלים דאמעריקע אין מאה שערים
דאס חן פון וויליאמסבורג זקנים ונערים

דער שמש’ל שפאצירט ארום אויף די געסער’לאך
שטייט אויף אלע גיין אין שול צום בורא טוהן א שבח

דער אלטער יוד קומט צו צי מיר א צוקערל האסטוּ
אויב דו זאגסט א קאפיטל תהילים יענך ביום צרה

פזמון: איך בענק זיך מיט געגועים
דעם גלות זיי מסייום
מה טוב ומה נעים
די שיינקייט פון ירושלים

איך בענק זיך שטילערהייט איך קלאג
אוי טאטע דיין קינד דערפריי אים
מחשבות פון דארט מיט מיר איך טראג
פון די שיינקייט פון ירושלים

*********

יום השישי פרייטאג נאכט מען הערט ארויס אזוי
פון אלע שטיבער כל מקדש שביעי כראו לו

די גאסן ווי אינדערפרי קוקט אויס אידן פון אלע סארט
מען גייט עך ביים רבי’ס טיש א לידל זינגט מען דארט

הייליגע בעלי תשובות אין די גאסן מען שפאצירט
די ביטניקעס פארלוירענע זיי גלייכן דעם רבי’ס טיש

מיינע טייערע זיסע ברידעלאך גלייבט מיר אויפ’ן ווינק
איך דערמאן זיך פון ירושלים ציהט מיר עס אן א שיעור

צו ליל שישי בענק איך מיר צוריק
נאך זיידו צו מקומות הקדושים גיין
אין קרית יואל צום גרויסן צדיק
כ”ו אב מיט אזא געוויין

ה’ מיינע תפילות דו האסט דערהערט – דערהערט דו האסט
כ’האב אינזינען געהאט אויך כלל ישראל אויך צער השכינה
מיט די טרערן וואס איך האב דארט געלאזט
איך האב געבעטן ובאו לציון ברינה

ובני ירושלים עיר הקודש
במהרה בימינו – אמן

*******

אזוי זינג איך מיר אונטער שוין א שטיק צייט. אין א”י בין איך נאך קיינמאל נישט געווען, אבער איך בענק נאך משיח, זאל דער אויבעשטער שוין טאקע העלפן ובני ירושלים עיר הקודש במהרה בימינו – אמן

You must be logged in to post a comment.