א טיפישער צובראכענער טאג איז היינט, גארנישט אנדערש פון א צווייטן טאג אינעם יאר
א טאג וואס איך בין נאך נישט אויפגעראכטן געווארן, א טאג וואס איז א דורך מיט פוסטעווען און קוועטשען, געקוועטשט אויפן זייגער געבליקט ארויס פון פענסטער, גארנישט האט זיך נישט גערירט מער ווי נעכטן, ווידער זע איך מיר קוועטשן די קי-בארד, אותיות פורחת בקאמפיוטער

נו וואס זע איך ביים פענסטער? היינט
די הייזער נעבן מיר טוישן נישט קאליר ווענט, קאר’ס טוען פארביי גיין, די זעלבע בילד זע איך אלעמאל ווען איך קוק ארויס, אבער איצטער האב איך זיך אזוי פאר’חלמ’ט, איך קוק ארויס, א וועלט, עולם במנהגו עומד (הולך), גארנישט טוישט זיך נישט אליינס

מיינע יארן הייבן אן דורך פליען פאר מיינע אויגן, (איך קוק שוין ארויס פון דער זעלבער פענסטער א שיינע פאר יאר) פאר די פאר יאר וואס איך בין שוין אויף דער וועלט טו איך די זעלבע, איך עס טרינק שלאפ איך קום אהיים איך גיי ארויס פון שטוב אלץ גיי איך דורך די פענסטער, דאס מאל גיי איך מיך אריינלייגן אינעם הויזן פון דער וואס קוקט פון אינדרויסן אריין – איר פארשטייט? העטעך וואלט איינער געשטאנען פאר 20 יאר אינדרויסן און אריינגעקוקט אינעווייניג, וואס וואלט ער געטראכט? ער זעט מיך פון די ווינדלען ביז יעצט, איך שטיי ביי די פענסטער יעדן טאג לכל הפחות געציילטע מינוטן. וואס טראכט ער ווען ער גלאצט אויף מיר? לאמיר זעהן

איך גיב עם דעם פעדער:
מיר האבן זיך אריינגעצויגן אין די געגענט קנאפע 25 יאר צוריק, קארגע 5 יאר פאר דיר, נאך 5 יאר איז די ליידיגע דירה אנטקעגן אונז געווארן פארנומען דורך משפחת שלעפ
מיר האבן געזען ווי איר ברענגט אריין אייערע קלאפער געצייג, טישן און בענקלעך וכו’, דיינע עלטערן פלעגן קומען און גיין, ב”ה איין טאג הערט מען א מזל טוב א יונגעלע, דאס ביזטו, ווען דו ביזט געווען א קינד אוי ביזטו געווען זיס אזוי ווי אלע קליינע, זיס ווי צוקער נאכדעם רעגט מען זיך פארוואס מען האט דיך נישט אויפגעגעסן

איך פלעג אריינקוקן אינעם פענסטער דארט אויבן, איך פלעג דיך זען קריכן, דיין מאמע האט נישט לאנג געברויכט ווארטן קארגע פאר יאר זי האט דיך אויפן באס אין חדר געשיקט, איך פלעג זען ביים פענסטער ווי אזוי די חזר’סט איבער די לימודים, האסט געהאט א מייק געמאכט פון פאפיר, האסט געמיינט ביזט די רבי אליין, אזוי זיס האסטו געשפילט מיט די געשוויסטער, עס איז געווען צייטן וואס איך האב אנגעמערקט א שמייכל אויף דיין לעכטיגער פנים נאכן באקומען א הונדערט אויפן בחינ.

עס איז געווען צייטן וואס די האסט אויס געקוקט אביסל פארזויערט, ווען דו האסט געברויכט איבער חזר’ן די לימודי חול, עס איז געווען שווער, איך האב געזען ווען דיין מוטער איז געשטאנען לעבן דיר און געהאלפן, איך האב אמאל געכאפט א בליק אויפן פענסטער אונזערע, איך האב געזען ווי דיין טאטע מערקט דיר אן עפעס מיט א שטרענגען בליק, איך האב אויך מיט געהאלטן אמאל ווי דו פלאצט אויס אין א געוויין, איך בין געשטאנען ביים פענסטער, פון מיין פנים געלאזט פאלן א טרער מיט דיר, דו האסט עס אבער נישט געזען

איך האב אויך מיטגעפילט מיט דיר ווען דו האסט אנגעהויבן לערנען משניות, גמרא, איך האב דיך געזען וואקסן, שטייגן, פאלן און זיך צוריק אויפהייבן, אזוי גייט דאס לעבן יונגעלע – האב איך זיך געטראכט – איך האב געזען ווי דו פרובירסט אן דיין בר-מצוה הוט, דו ווייסט עס פאר דיינע שכנים, איך האב געזען ווי די הייבסט אן אויפשטיין פארטאגס, די קאלטע שנייען האגל און רעגן האבן דיר נישט צוריק געהאלטן פון גיין אין ישיבה, ווען די בוסט אהיים געקומען אין א פארצווייפעלטע גיסטע בין איך נאך אלץ געשטאנען ביים פענסטער איך האב געוואלט נעמען דיין האנט, דיר זאגן א גוט ווארט, איך האב אבער נישט דערגרייכט דיין האנט פון אזוי ווייט אוועק

דורכן זומער ביזטו נישט געשטאנען ביים פענסטער, דיין חדר האט דיר אין קעמפ געטראגן איך האב אזוי געהאפט אז דו ביזט צופרידן, אזוי געוואלט דיר זען, איך האב אויס געווארט ביז די זומער האט זיך גענדיגט, ביזט ביי מיין פענסטער צוריק, צו מיין פרייליכקייט איז קיין גרעניץ נישט געווען, נאך יענע זומער האב איך באמערקט קליינע הארעלעך העכער דיין מויל א שנאץ, א קליינטשיקע בארד האט זיך אנגעהויבן אנזען, מיין בחור וואקסט ער איז שוין נישט קיין יונגל, מיט א קליין חאלאט’ל ביזטו פון ישיבה אהיים, א מאנטל מיט א קובץ האט מען דיר איינגעהאנדלט

ישיבה קטנה יארן זענען געפלויגן ווי עס האט ווען פליגלען, קליינע דאגות האב איך דיין שטערן געזען ווער וועלן מיינע חברותות זיין? וועל איך מצליח זיין? די קשיא האט געשניטן אין די לופטן!!!! מיט יעדע נייע כיתה ווי דו ביזט אריין האב דיך געזען איין פוס העכער ווי פאר-איאר, ביזט געשטיגן ברחניות און בגשמיות, וויפיל מאל האב איך פרובירט ציען דיין אויפמערקזאמקייט איך האב געווינקען מיט מיינע הענט געשריגן צו דיר דארט ארויף, אבער דו ביזט געווען זייער פארנומען אין דיין וועלטל

ישבה גדולה ארעמס האבן דיר אריינגעכאפט, די זייגער האט זיך געריקט שנעלער און שנעלער ווי צו להכעיס, עס האט זיך געקענט דאכטן ווי עס שרייט, “הזמן קצר והמלאכה…….” יאג דיך צו, דו ביזט שוין באלד פארטיג מיט די פענסטער, באלד באלד גייסטו זיך אריבער ציען אין א ניי הויז אנהייבן א ניי לעבן, אין ישיבה ביזטו געשווימן אינעם ים התלמוד, דיין בוים בלעטלעך און צווייגן זענען שוין אסאך רייפער געווארן, אט אט פארלאזטו די ישיבה געביידע, די געביידע וואס האט דיר געלערנט הדרך אשר ילכו בה והמעשה אשר תעשה………………….

איך האב דיך געזען שטיין ביים פענסטער, האסט מיר געגעבן א בליק, כאילו זאגענדיג: הא! איך בין שוין גרויס! איך האב דיך געוואלט פרעגן, ווי גרויס ביזטו שוין? האסט נישט געהערט

אבער יעצט אז איך האב דיר געטראפן וויל איך דיר זאגן: טייערע חבר די צייט איז גאר גאר קורץ דיינע מינוטן פון שטיין ביים הַ’פענסטער זענען געציילטע די ישועה איז גאר נאנט! אבער ווי אויף די וועלט שטייסטו? ווי גרויס ביזטו? וועסטו זעהן דיין קינד דארט שטיין ביי דיין פענסטער וועסטו עם צולייגן א האנט? נעם דיר אין די האנט אריין – ואם לא עכשיו אמתי ????????????? געגאנגען

You must be logged in to post a comment.