אנגעהויבן האט זיך עס אויפן וועג צו א חתונה, מיר זענען געפארן מיט ריווער דעיל קיין מונרוי
אינמיטן וועג פרעגט ער מיר מיטן מיין חבר אויב קומענדיגע שבת זעמיר וויליג צו גיין קיין בראנקס – איך געב איין בליק אויפן חבר אין צוזאמען שריי מיר אויס – אוודאי

 אינמיטן די וואך האב איך שוין אנגעהויבן רופן ריווער יעדע פאר מינוט זיכער מאכן אז מיר האבן ווי צו שלאפן און עסן, יא יא – אלעס איז גרייט זיכער

פרייטאג 3:00 ווי אפגעשמועסט רופ איך אן יענקל’ן יא זאגט ער איך בין ביי דיר אין 10 מינוט אי”ה, אקעי נאך 20 מינוט איז ער שוין געווען ביים טיר, ויסעו – אין בראנקס האמיר געוויס געבלאנדזעט, 5 מינוט צום זמן זעמיר שוין געווען אין אכסנאי, נאכן טרעפן ריווער’ן בביתו, מנשה ליסטיג האבן שוין געווארט אויף אונזער אנקום, צוזאמען זעמיר געווען 5 חברה אינעם דירה

מנשה האט זיך געשלעפט מיט זיינע זאכן, עס איז געווען א שיינע וועטער ב”ה א שיינע געגענט. א שיינע דירה אויפן 3טע שטאק

דארט אין בראנקס דאווענט מען שוין ביים זמן – אבער וואס האט עס מיט אונז חסידים? נאך דערצו מיר האבן נישט קיין אנונג וואו מען דאווענט, האמיר שפאצירט צו ריווערס הויז פרעגן ווי מען דאווענט בעת מנשה האט געפרעגט יעדן פארבייגייער ווי שמחת ריווער דעיל דאווענט – למעשה האמיר געכאפט ריווערן אינדערהיים מיר האבן געזונגען שטילערהייט די באקאנטן באגלייטן ניגון צווישן אונז פיר ביזן שול

מען האט שוין געהאלטן טיף אינמיטן קבלת שבת אין שול ווען פלוצלונג שטורעמען אריין אומגעפאר 15 – 20 חסידים היטן אין שטריימלעך וואס די בראנקס האט נאך נישט געזען כמה שנים, ריווערס פאטער האט עם אנגעטוהן דעם שטריימעל מיט גרויס שטאלץ. די צווייטע מנין איז אריין אין קראפט ביי מעריב איז שוין געווארן איין גרויסע נוסח אשכנז מנין

צווישן דאס דאווענען מיטן סעודה האט מען געהאט אביסל צייט גענוג זיך צו באקענען יעדער מיט זיין שכן – דערנאך האט מען געזינגען זמירות, מען האט זיך געוואשן, מנשה האט געבארגט מיין פיש, צו האקן איז געווען ב”ה נוסח שלעפשיץ

יעדע פאר מינוט האט מען אויסגערופן א צווייטע בעל דרשן, ריווערס טאטע שליט”א האט אראפגעלייגט ווי אזוי ער האט אמאל געדאווענט מעריב אין וויליאמסבורג אינעם גרויסן פאפא בית מדרש, מען האט עם ארויס גערופן נאך מעריב, זיי האבן געזען א יוד מיט א בענד-דאון, האבן זיי מיר געזאגט

now we will pray for the moon.

מען האט געזינגען צוזאמען, נאך די סעודה איז געווען א שטיקל קומזיץ-באטע עפעס א ליטוואק איז געווען זייער פרייליך צום באטע ער האט געהאלטן אין איין זונגען נשמת פון יהודה גרין, די ‘עי.בי.סי.קראו’ האט זיכער געמאכט צו שרייען “אבא”, מען האט געטאנצן “ענינו”

מ’האט אהיים באגלייט א האלבע וועג ריווער מיט זיין טאטע, ער האט פארציילט אביסל היסטאריע וואס די ישיבה בילדינגס ווי מיר האבן געגעסן אין געדאווענט זענען אלץ אדורך, ביני לביניה האב איך מיר איינגעשריבן אין די בראנקס ישיבה [ריווערס טאטע איז א מאכער דארט], אהיים שלאפן מען האט געברויכט גיין דורכן “פייער עסקעיפ” צוליב טיר פארשליסאַכטס פראבלעמען

צופרי האט מען זיך געשטעלט דאווענען 8:00, איך בין אויפגעשטאנען ב”ה 7:00 צייט, (אזוי פרי נעבעך) איך ווייס נישט וואו זיי יאגן זיך, איך בין אנגעקומען צו ברכו כ’האב נאך געמאכט א קאפי, די קאפי איז אין א אנדערע בילדונג ווי מען דאווענט, צוריק אין שול קרית שמע נעמט זיי צוויי מאל אזוי לאנג ווי ביי אונז, נוסח האט זיך געהערט אין מיינע אויערן ווי פורים אין חדר (קינדער טעיפ) איך האב געטראפן א סידור נוסח ספרד נאך 10 מינוט זיכען, זיי האבן נאך אלץ געהאלטן ביי קרי”ש

איך האב מיך געשטעלט אין א ווינקל זיך גענומן זאגן, אגב אויב איינער ברויך ארויסגיין דאן ווייסט די גאנצע שול, דע טרעפ צום ביה”כ איז פונקט אינמיט שול ביים מזרח וואנט, אזוי ווי אין חדר ווען מען הייבט אויף די הענט מען בעט רשות פונעם רבי, דא נעמט רשות פון גאנצן קהל

ביים ליינען בין איך שוין מיטן ציבור, קיין אחרון האט מען נישט געליינט, אין ווי אויך זיי לאזן אויס די צווייטע אמן אין יעדע קדיש, איך האב אפאר זאכן משלים צו זיין אין שול (מנהג המקום). הער אויס אזוי איז עס

03ביים באווארפן די חתן איז שוין יעדער דארט געווען דער ריווער האט געכאפט פיינע נייעס, הפטורה זאגט קיינער נישט מען הערט אויס דעם בעל תפילה/קורא

ראש חודש בענטשן האבן זיי גאר א ‘שארט קאָט’ זיי לאזן אויס האלב, מוסף איז אריבער בשלום האלבע שול שרייט כתר די אנדערע האלב נקדישךָ וכו’, נאכ’ן דאווענען איז יעדע געשטאנען אין א שורה צו זאגן גוט שבת פארן רב, מען איז אריבער צום אנדערן געביידע פארן קידוש, חסידישע הערינג איז געווען, בראנפן איז אנגעקומן אביסל שפעט, לויט ווי אזוי איך האב געהערט האט ריווער געבעטן איינעם פון זיין ליטווישער משפחה איינצוקויפן אייער קיכעל, היות יענער האט נישט געוויסט וואס דאס איז, איז קיין אייער קיכל נישט געווען. אבער “אבער” איינע פונעם ליטוויש/חסידישער חברה האבן מיטגעברענגט א פלאם-אייער קיכעל שאכטל איז געווען אפאר שטיק

נאכן קידוש איז געווען א שטיקל פויזע. מען האט זיך געוואשן צום סעודה – דא איז שוין רוב עולם געווען אין א פרייליכע שטומונג, ריווער האט געהאלטן א שטיקל דרשה, א שכח פארן ‘עי.בי.סי.קראו’ אין ווי אויך זייער שיין ארויסגעברענגט ווי אזוי שלעפשיץ האט זיך געגרינדעט, עפעס מיט א מעשה אין אונגארן – פרעגטס עם ער קען די מעשה – זיין גרויסע ברודער האט איבערגעגעבן אפאר ווערטער, דערנאך האט הרב מנשה לוסטוג משמח געווען

מ’האט צוטיילט די סעודה, געדאווענט מנחה, זיך אודך געוואשן צו שלש סעודות – אין טשאלענט – עס איז שוין 3:00 נאכמיטאג אויפגעשטאנען בין איך 7:00 פארטאגס און יעצט ערשט האלט מען ביי די טשאלענט, פעניאנען לשם שלעפן צייט

איך האמיך אפגעטראגן פון דארט איידער די זויער פיקל ווערט אויס זויער, איך האב נאך אריינגעכאפט א דרימל, 5:45 האמיר געדאווענט מעריב, הבדלה, געגאנגען זיך פאקן

דערנאך זעמיר געגאנגען פאר א קאפי צו ריווער דעיל’ן [צו מיין באדויער איז נאר געווען גרינע מילך] דערנאך זעמיר אהיים קיין וויליאמסבורג – ב”ה עס איז באמת געווען א שיינע שבת

You must be logged in to post a comment.