גענומען מיט רשות פונעם בעל העובדא

אלס א שטענדיגער רייזענדער און וואנדערער, קומט מיר פיל אויס אנצוקומען אין פיל לענדער און שטעט איבער די וועלט. אמאל פלעג איך גיין אין חב”ד הייזער, ווען איך בין געווען ווי אימער. צו איז עס געווען פאר מנין, פרישטאג אדער גאר א ווארעמער נאכטמאל, נאך א שווערן ארבעטס טאג אין די מרחקים

ויהי היום. איך בין אין (שטאט נאמען געהיטן אין רעדאקציע) צוליב פריוואטע געשעפטן, אשר אי אפשר לפורטם, צוליב א גוט אויג. סייווי, איך וואלט נישט געדארפט בכלל זאגען אז איך גיי אויף (רעדאקציע). נו, אז מען האט שוין געזאגט, ווייסט עטס שוין סיי ווי. און איך זיך א פלאץ ווי מיין קערפער צו זעטיגען. פון חב”ד בין איך שוין זאט. הגם זיי זענען ממש צדיקים און זיי געבן זיך אוועק פאר יעדן איד. אבער איך בין פארט א סאטמארער חסיד, אין די שיטה האט נישט אזוי געשטימט מיט חב”ד. צו איז עס צוליב זייער גאנג אין שלימת הארץ צו סיי וואס אנדערש. אין איך זעה אידישע בוכשטאבען אויף אזא קליינעם שילד. מיין הארץ האט פארפאסט א קלאפ. ווייל ס’איז נישט מיין ערשטע מאל אין דאס לאנד און איך האב דאס קיינמאל נישט באמערקט

איך גיי צו אביסל נאנטער, און איך מוז אייך זאגען אז איך בין נישט געווען רואיג. ווער ווייס וואסערע פאסטקע מען שטעלט מיר דארט אונטער. איך באפעל מיין שאפפער אז ער זאל א קוק טוהן וואס ס’טוט זיך דארט אינעווייניג. ביז א מינוט איז ער צוריק מיט א גרויסן לאפא מיט חומוס דערויף. ער זאגט מיר אז ער זעהט דארט היימישע אידען זיצען און מען פארברענגט

איך קלער נישט קיין צוויי און איך דערנענטער מיך צו די געביידע און איך ליין אפ דעם שילד. ברוכים הבאים – קהל חסידי וזקני שלעפשיץ. סניף (רעדאקציע) והגלילות. שע”י חסידי וזקני שלעפשיץ דארה”ב וקנדא. פאר מער אינפאמארציע רופט נאר דעם אמעריקאנער נאמבער און מען וועט איך פארווערדען צו ווי אימער. ווי אויך איז עס געשריבן אויף ענגליש, וואס איך פארשטיי נאך נישט אזוי גוט

איך גיי אריין און עטליכע חסידישע אידען מיט די פולע חסידישע טראגע נעמען מיך אויף, אוואו גלייך איך בין גאר א נאנטער משפחה מיטגליד זייערס, וואס זיי האבען שוין גאר לאנג נישט געזען. איך ווער היימיש מיט זיי, איינס, ווייל איך האב סיי ווי קיין צווייטע ברירה נישט געהאט, און ווי אויך ווייל זיי האבען מיך געמאכט שפירען היימיש, אוואו אינדערהיים

ס’ליגט דארט אנגעגרייט עסן אוואו פאר א שמחה. ווען איך פרעג זיי, וואס איז די שמחה דא. זאגען זיי מיר, אז דא איז אייביג אנגעגרייט עסן, כל דכפין יתי ויכול. און אזוי אינמיטן רעדן ווערט דער טיש געגרייט. ברויט, און אויך א טעלער זופ מיט ערנסטע רויך דערפון ווערט אויף מיין ארט אראפגעלייגט. איך וואש מיך, מאכט א ברכה על נטילת ידים, מען זעצט זיך אוועק, מען מאכט א המוציא, מען טונקט עס איין אין זאלץ און מען הייבט אן צו עסן די וועטשערע

איך פרעג זיי, ווי נאך געפונט זיך שלעפשיץ’ער פיליאלעס? אהה, ענטפערן זיי מיר. שלעפשיץ איז איבעראל. שלעפשיץ געפונט זיך אין פאפא, בעלז, באבוב און סאטמאר וכו’. ווי אויך געפונט זיך עס אין אלע לענדער וואו א איד טרעט נאר אריין. שלעפשיץ איז נישט אייביג אין א פלאץ אדער פיליאלע. שלעפשיץ איז אין הארץ. אין שלעפשיץ האט מען ליב דעם איד. מען טוט נישט אזוי ווייט אין קירוב רחוקים. שלעפשיץ איז קירוב קרובים. וויל יעדער איז דארט א נאנטער

שלעפשיץ – שלום אויף דער וועלט
שלעפשיץ – אהבת ישראל
שלעפשיץ – אהבת הבריות

You must be logged in to post a comment.