הקדמה

יעדעס יאר, די לעצטע 10 טעג פונעם יאר, פארט מען צוריק אין קעמפ, ברשות הגה”צ אב”ד ור”מ שליט”א, ובראשות הרב הגאון ר’ מנחם מענדל הכהן קאהן שליט”א, אן איבערגעגעבענע געטרייע מגי”ש איינגעשטעלט אין די ישיבה וואס גיבט זיך אפ מיט יעדען תלמיד באזונדער, ברוחניות ובגשמיות

ווען מרעדט פון ארויספארן און קעמפ אפי’ משלעפט זיך מיט אלע פעקלעך, איז עס זיכער א טובה פאר די חשובע תלמידים די פיינע בחורים, לערנען אין איבערחזר’ן בהתמדה וביגיעה רבה

מ’פארט איבערחזר’ן די מסכת וואס מהאט געלערנט אין קונה געווען במשך דעם גאנצע יאר, אין קעמפ צווישן די בערג אינטער די ביימער, ארויס פון די טמא’נע שטאט אוועק פון די שמוציגע גאסן, פיינע פרישע געזונטע לופט ממש א מחי-ה מיט הרחבת הדעת

** *** **

תשס”ג לפ”ק

מען שטייט שוין ביים גמר וחותם השנה, מ’האלט שוין כמעט ביי בין הזמנים נאך א טאג צוויי צו די לעצטע 10 טעג פונעם יאר, מען גרייט זיך שוין ארויס צו פארן אין קעמפ

געציילטע בחורים זענען געגאנגען פרעגן דעם מגיד שיעור ר’ מענדל קאהן שליט”א, ווען אין ווי אזוי מען פארט? אבער ר’ מענדל שליט”א וויל נישט אז צוליב דעם זאל ח”ו ווערן ביטול תורה, ענטפערט ער: ווער זאגט אז מפארט בכלל!
מאנטאג פרשת כי תבא, ווען מהאט געזעהן די צעטלען געשריבן בשם ר’ מענדל שליט”א, האט מען שוין גארנישט געדארפט פרעגן, אלעס איז דארט געשטאנען קלאר אין דייטליך

יום ג’ יום שנכפל כי טוב, לסדר “והלכת למקום אשר יבחר ה’ אלקיך וכו’ (כי תבא)” שנת תשס”ג לפ”ק. יום א’ מחזרת עשרה ימים

אומגעפאר 10:00 אזייגער איז מען זיך צוזאמגעקומען פארנט פונעם בנין הישיבה, די באסעס האבן שוין אפגעווארט די בחורים, ארויף אויף די באסעס יעדער האט זיך מסדר געווען גאר שנעל, כדי מען זאל שוין קענען ארויספארן

די בחורים זענען ארויף אויפן באס, א טייל מגידי שיעור זענען שוין געפארן א נאכט פריער מיט ר’ מענדל שליט”א ר”מ דישיבת 10 טעג, [מיט אפאר בחורים פון די עלטערע כיתה] אין ווי אויך די עסן, א טייל מגידי שיעור זענען בכלל נישט געקומען די איבריגע וועלן בעז”ה קומען מארגן

בערך 10:25 איז מען ענדליך ארויס געפארן, מ’האט זיך טאקע געזעגענט אויף 10 טעג אבער נאר פונעם גאס נישט פונעם גמרא

מען האט זיך אפגעשטעלט אין קרית יואל, אויפצונעמען די איבריגע בחורים, ביים בנין עטרת זקנים, אויף 71 ‘פארעסט רד.’ דערנאך איז מען גלייך געפארן אין קעמפ

 פונקטליך 1:00 איז מען ארויף געפארן די בארג פון קעמפ ר’ מענדל קאהן שליט”א ר”מ 10 טעג האט זייער שיין אויפגענומן די באסעס

יעדער איז אראפ פונעם באס גענומן די פעקלעך אין געגאנגען דארט ווי ר’ מענדל שליט”א האט אנגעוויזן, אלע בחורים האבן געהאט א פיינע בעט לויט ווי אזוי ר’ בעריש שטויבער שליט”א מגי”ש בישיבתנו האט אויסגעשטעלט, פאר זיין כיתה

ר’ מענדל שליט”א, האט געהייסן מען זאל זיך גלייך גיין אויספאקן

ווען מען איז פארטיג געווארן זיך אויספאקן האט ר’ מענדל שליט”א, אריין געשיקט אין עס-זאל [לפנים כיתה י”א] מען  זאל זיך כאפן דאס הארץ

ווער עס מיינט אז עס איז געווען דארט נאר “טועם זיין” האט א גרויסן טעות עס איז געווען מכל טוב וטוֹב אלע מיני קעיקס פון “קאַפס בעקעריי”, קאקאש-קעיק, RAINBOW קעיק, ראלאש-קעיק, וכדומ’, אראנדש דשוס, סעלטסער, ועוד ועוד

אין ווי יעדער ווייסט נאכן זאט ווערן, ווערט מען מיד! ממילא, האט זיך יעדער געמוזט אראפלייגן, אויך די נישט מידע! בפקודת ר’ מענדל שליט”א

אזוי 3:30 איז מען ארום געגאנגען וועקן, כדי 3:45 זאל מען שוין קענען לערנען. 3:45 איז מען אריין אין בית המדרש, עס איז געווען א מורא’דיגע התחדשות ווען מהאט געזען די טישן ארומגעדרייט אנדערש ווי געווענטליך, מען איז געזעסן אין געלערנט מיט א ברען אין חיות, בקול רם והתלבהות, ממש לשמה

אום 6:30 האט מען געהאט די זכי-ה צו הערן ר’ מענדל שליט”א, ער האט ארומגערעדט “ווי טייער די צייט איז” מען זאל אוסנוצן די צייט

 בערך 6:45 איז מען געגאנגען וואשען די הענט צו דאווענען מנחה, אין אגב ווער עס האט ארויסגעקוקט פון די פענסטער האט געקענט זעהן ווי די יונגעלייט ארבייטן אין לויפן מיט די עסן, אלעס זאל זיין על צד היותר טוב

נאכטמאל איז געווען 7:00  פון “קויפמאנס קעיטערינג” אין קרית יואל, וואס דארט איז ‘נישט’ געווען, “לאֹ יְאומְן כִי יְסופר”, אלעס וואס מ’עסט אין צוויי גאנצע טעג איז דא געווען אין איין נאכט! צוליב גרויס שטיפעניש האבן צוויי בחורים געהאלפן טיילן

 זמן הלימוד איז 8:00 , אבער וויבאלד ס’איז געווען צו קאלט אין בית המדרש, איז מען אריבער אין פָאליִש [לפנים העס-זאל]. אבער וואס טוט מען אז די גמרות זענען אין בית המדרש, האט מען גענומען די בלויע וועגעלע (פון די וועש) אין אנגעפאנגען פאקן אלע גמרות. אינמיטן איז די לופט ארויס פונעם רעדל, האט מען גענומען די אלטע גרוי וועגעלע אין זיך נאכאמאל גענומען צו דער עבודה אנפאקענדיג די וועגעלע מיט גמרות

מ’האט אנגעהויבן שלעפן די וועגעלע אבער אן ערפאלג, די וועגעלע איז געווען צו שווער, יעדער האט צוגעלייגט א האנט אין אזוי מיט אחדות איז מען אנגעקומען אין פאליש! אזוי האט מען געלערענט בהתמדה ביז 8:45 דאן האט מען זיך געגרייט צו מעריב

נאך מעריב האט ר’ מענדל שליט”א געהייסן לערנען מוסר פאר :20 מינוט ער האט געטיילט קאפיעס פון ספר “שערי תשובה” יעדער האט געלערנט מיט זיין חבר אינאיינעם

נאכן לערנען מוסר האט מען געטיילט טרויבן, ר’ ישראל שלום מארקאוויטש שליט”א מנהל דישבתינו איז ארום אין אלע שטובער לייגן די בחורים שלאפן!! ע”כ הקפה א

יום ב’ מחזרת עשרה ימים

 וועקער איינס איז אריין געקומען 5:00, הייבט אן זינגען מיט זיין זיס קעלעכעל: א שאד אויף צו שטיין שפעט עס דא א פיינע הייסע מקוה

אפאר מינוט נאך דעם וואס וועקער איינס איז ארויס, איז וועקער צוויי אריין געקומען ער האט זיך גענומען מאכן אזוינע קולות אז מהאט שוין נישט געקענט בלייבן שלאפן, דערנאך איז אריין געקומען הר’ מענדל שליט”א, ארויס טרייבן די בחורים פון די בעטן

 בדיוק 5:30 איז מען שוין געווען אין פאליש נאכן מקוה

 מען איז זיך געגאנגען גרייטן צום דאווענען 8:00, 8:20 האט יעדער באקומען פון ר’ מענדל שליט”א א “קופקע” צו וועם ער געהערט, אין און יעדע קופקע איז געווען איינער וואס האט פארגעלערענט ספר “דברי יואל” אין די דרשות

בערך :20 מינוט שפעטער איז מען געגאנגען דאווענען, נאר איין פראבלעם איז געווען אז איין לעקטער איז געווען אויסגעברענט די לעקטער פון אינעווייניג, ר’ מענדל שליט”א האט גלייך גערופן די עלעקטעריק קאמפעני

א בחור האט מעורר געווען צו תשובה בלאזענדיג שופר

נאכן דאווענען איז מען געגאנגען עסן פרישטאג אין עס-זאל, ע”פ תקנות הישיבה האט קודם געמוזט זיין TUNA דערנאך האט מען געקענט עסן אנדערע זאכן ווי פיינע צושניטענע ‘וועשטעבעלס’ אין נאך וואס מ’האט צושניטען און קאך

אבער ס’האט זיך געמאכט א פראבלעם די “ברויט” האט נישט געהאט קיין “הכשר” האט מען ארויסגעגעבן “פראנציוז בייגעלס” מיט א הכשר

 איז מען געגאנגען אין בית המדרש לערנען 10:45, פרק ה’ – ארבעה אבות, 1:45 איז מען געגאנגען עסן לאנטש, ווייטער איז געווען קעיק מיט כל מיני מטעמים, די אראנדז דזוס איז אנגעקומען אינמיטן, קיינער איז נישט ארויס ביזן זאט ווערן

 די עלעקטארישן איז אנגעקומען אין געפיקסט די לעקטער ויהי אור.

נאכן עסן האט ר’ מענדל שליט”א אריין געשיקט אלע בחורים אין די בעטן, מוועקט שוין 3:30, 3:45 דארף מען שוין זיצן אין לערנען, 3:45 איז מען טאקע אריין אין בית המדרש

 איז מען געגאנגען דאווענען מנחה 6:45, דערנאך איז מען געגאנגען עסן נאכטמאל, מהאט געגעבן “פרענטש פרייס” ר”ל, אלע בחורים האבן געגעסן דערפון. לאמיר נישט פארגעסן מען האט געמוזט עסן זופ, ווייל שיטת ר’ מענדל שליט”א איז ווער עס האט נישט געגעסן קיין זופ איז נישט זאט געווארן.

נאך נאכטמאל 8:00 האט מען ווייטער געלערנט פלייסיג, 8:30 האט הרה”ג ר’ יונה ראטטענבערג ני”ו, איבערגעגעבן אפאר ווערטער בענין די הייליגע טעג, אזוי ווי מען קען הערן אויפן טעיפ וואס מכון מעתיקי שמועה (מועה) האט רעקאדירט
מען האט געדאווענט מעריב מיט א ברען, דערנאך האט מען געגעבן טרויבן אין אריין אין די בעטן

יום ג’ מחזרת עשרה ימים

וועקער-1 געבט נישט אויף, ער קומט וועקן 5:00 ווער עס איז נאך נישט אויפגעשטאנען פון די וועקער זייגערס פון די בחורים וואס האבן “געוואלט” אויפשטיין פריער, דערנאך איז וועקער-2 אריינגעקומען “אנשרעקענדיג” דעם עולם אז עס וועט נאר זיין קאווע פאר די עשרה ראשונים, היות נאר די האלבע קעסל הייס וואסער איז הייס

מען האט געלערנט פארטאגס ווי געפלאנט, נאכן לערנען האט מען געדארפט געדענקען צו וועלכע קופקע “דברי יואל” מ’געהערט, קאפס פאר קאווע איז געווען גענוג ביזן דאך

 האט מען געדאווענט 9:00, ליינען איז מען געגאנגען אין בית המדרש אין דארט גענדיגט דאס דאווענען, עס איז געווען ממש א קידוש השם
פרישטאג איז געווען נאכאמאל חוץ די אלע אויסוואלן, איז געווען טונא, ע”פ תקנת הישיבה. חוץ מזה האט מען געהאט “פינאט באטטער” דערנאך איז מען ווייטער געגאנגען לערנען

אגב ברויך מען דערמאנען אז די בחורים האבן אלץ געהאלטן פאר די אויגן ‘חודש אלול’ די וואנט איז געווארן פיל מיט רמזי אלול צעטלעך

נאכ’ן לערנען איז מען געגאנגען עסן מיטאג, נאך מיטאג איז מען צוריק לערנען, דערנאך איז געווען א נאכטמאל כדבעי. נאך דעם ווייטער געלערנט אין דערנאך איז מען געגאנגען דאווענען מעריב דערנאך האט מען געהאט די זכי’ אז הרה”ג ר’ אברהם יוסף קאהן שליט”א האט גערעדט אפאר ווארעמע דיבורים

אין מכון מעתיקי שמועה האט אלעס אפגעכאפט מיטן נייעם מעכטיגן טעפ ריקארדער, שנדבי כל אבריכם מ’שאפראן בקיץ תשס”ג, טרויבן אין שלאפן

יום ד’ מחזרת עשרה ימים

ויהי ערב ויהי בוקר יום שישי, 5:00 איז נאר וועקער-2 געקומען וועקן מאכענדיג קולות “ליל שישי ארויס פון בעט” די בחורים זענען גלייך ארויסגעשפרינגען פון בעט, מיט גרויס זריזות איז יעדער געגאנגען לערנען יעדער איז געווען פונקטליך לכבוד ליל שישי

דערנאך ביים דאווענען האט מען געשטורעמט פארן אויבערשטען עס האט ממש געברענט א פייער אין בית המדרש ביים דאווענען

ביי פרישטאג האט מען געהאט פיינע “סאלאט” וואס בחורים האבן צוגעשטעלט

דערנאך איז מען געגאנגען לערנען אין עס זאל, וויבאלד די טישן זענען שוין געווען מסודר נאך פון דאנערשטאג ביינאכט, מען האט געלערנט ביז 1:00 דאן איז ר’ לייבוש דייטש שליט”א מקרית יואל, מגי”ש בישיבת עצי חיים סאטמאר ישיבה קטנה, גערעדט בענין חודש אלול ושבת קודש, דערנאך איז מען געגאנגען עסן לאנטש, דערנאך איז מען געגאנגען שלאפן

ביזדערווייל האט די “גארביטש טראק” געקומען אויפפיקן די גארביטש, די רב אין רביצין זענען אנגעקומען מיט א שיירא אייניקלע.

 ביידע וועקערס האבן אינאיינעם אויפגעוועקט דעם עולם 4:45, 5:00 איז געווען טועמי’ עס איז געווען כל מיני קוגלען, די קושקע איז נעבעך נישט אנגעקומען! [מען האט באשטעלט?] מען איז געגאנגען אין מקוה מסדר געווען צרכי שבת, 6:00 איז געווען מעביר סדרה זיין

קבלת שבת קודש

 מען איז געגאנגען 7:45 מקבל שבת זיין בראש כ”ק אדמו”ר שליט”א דער רב האט געדאווענט מנחה פארן עמוד, דערנאך קבלת שבת די לופט איז געווען ממש הייליג

מען איז געגאנגען פראווענען די סעודה מיט זמירות שב”ק

ס’איז געווען כל מיני וויינען קידוש צו מאכן, מען האט אנגעפאנגען ארויסצוברענגן עסן, פון קויפמאנ’ס אפטייזער’ס די קידוש פונעם רב האט אנגעווארעמט די בחורים, די חלה וואס די בחורים האבן באקומען מאנכע רופן דאס אן בילקעלעך, די פיש, די אויסוואל איז געווען געוואלדיג, ווייט, סעלמאן, געפילטע, פיש זאפט איז געווען לרחצה, די סארווערס האבן סארווירט מיט א מוראדיגע ווארעמקייט

מען האט געזאגט דברי תורה, עס איז דא א תקנה אז אלע בחורים מוזן זאגן דברי תורה ברבים, אפי’ א קליין ווארט, אזוי ווי אין וויזניץ מען האט אנגעפאנגען ביים עלצטען כתה אין אראפ

דערנאך האט מען אריינגברענט די נארהאפטיגע זופ, עס איז געווען קאלט

בענטשען האט מען מכבד געווען הר’ ר’ מענדל ר”מ ד’10 טעג. מען האט אריינגעברענגט טעצער טרויבען פארן רב, ער האט געטיילט שיריים טרויבן אין פירות

דערנאך איז מען ארויס אין א רקודה עד פלגא דלילה. 2:30 איז מען זיך געגאנגען לייגן

יום ה’ מחזרת עשרה ימים. שבת קודש

 אונזערע וועקערס האבן געוועקט 7:00, 7:30 האט מען אנגעפאנגען א מנין תהילים, 8:00 זענען זיי נאכאמאל געגאנגען וועקן די איבערגעבליבענע שלאפער’ס, צו ליינען קריאת שמע בזמנו, אין זיך גרייטן צום דאווענען ווי עס פאסט פאר א חסידיש בחור

נאך תהילים האט מען זיך געשטעלט דאווענען, נאך מוסף האט איינער אויסגעקלאפט “ר’ מענדל קאהן רופט דעם עולם צום קידוש” אוי איז געווען פיין

ביי דעם קידוש איז געווען צוגעשטעלט, קאקאש קעיק, ספאנדש, בראוני, כל מיני הערינג מיט אייער קוכלען “פינק ענד ווייט” קאפ קעיקס ועוד ועוד סאדעס אלע מינים, נאר טשאלענט איז נישט געווען, הר’ ישראל שלום מארקאוויטש האט אנגעווארעמט דעם עולם, דערנאך איז מען געגאנגען לערנען

 מען איז זיך געגאנגען גרייטן צום סעודת היום 2:15, ווייטער איז געווען כל מיני וויין אין אלע ערליי עסן, מען האט געטאנצן צוזאמען, דערנאך איז מען געגאנגען זיך אראפלייגן

 מען האט געוועקט 6:30 – 6:45 האט ר’ שלמה קאהן שליט”א גערעדט, 7:20 איז מען געגאנגען דאווענען מנחה, דערנאך האט מען זיך געוואשען צו שלש סעודות, די רב האט געזאגט תורה, די לעקטער זענען געווען פארלאשן, אבער אין אלעמענס הערצער איז געווען ליכטיג

(נישט צום באמערקן: כתה י”ב האט אביסל ארום-געבורדערט בשעתן תורה, מ’האט געהאפט אויף בעסערס)

דערנאך האט מען געדאווענט מעריב, געהערט הבדלה, אין גלייך געגאנגען לערנען, נאך א שעה איז מען געגאנגען זיך וואשען מלוה מלכה די מעשה פונען פריפעטשיק איז פארציילט געווארן, נאכן בענטשן האבן אלע בחורים געטאנצן צוזאמען.

יום ו’ מחזרת עשרה ימים. יום א’ נצבים וילך

שוין 8:30 האבן די וועקער’ס געטוהן וועקן, כדי 9:00 זאל מען זיין גרייט צום דאווענען, 9:30 האט מען שוין געדאווענט מיט א ברען, מיט א שבת’דיגען השפעה, וויבאלד די טישן זענען נאך געווען אויסגעשטעלט ווי ס’געווען שבת

דערנאך איז מען געגאנגען עסן, מען האט זיך געזעגנט פון א בחור וואס ברויך צוריקגעפארן קיין לונדון

געלערנט האט מען פון 11:00 ביז 1:00 דערנאך איז מען געגאנגען שלאפן, 3:00 איז געווען מיטאג, 3:45 איז מען צוריק לערנען, דאן איז אלעס אריין אין סדר אזוי ווי ביז אהער

ביינאכט האט ר’ משה יהודה יצחק שטעסל שליט”א איבערגעבען ווארעמע ווערטער פאר די בחורים, מען האט געדאווענט מעריב

יום ז’ מחזרת עשרה ימים

  די וועקערס האבן געוועקט 5:00, אלעס כשורה, רמזי אלול האבן זיך אנגעפולט, געלערנט, געדאווענט, גליינט אין בית המדרש, ביי נאכטמאל איז שוין געווען עפעס אנדערש, ס’געווען מילכיגע נאכטמאל

געלערנט, נאך מעריב האט ר’ אייזיק מערמעלשטיין ני”ו האט געגעבן חיזוק פארן ציבור, טרויבן אין אריין אין בעט

יום ח’ מחזרת עשרה ימים

פארטאגס 5:00 געוועקט, היינט האט וועקער-2 גענוצט א נייען מיטל צום וועקן, מיט איבערגענומענע קולות האט ער געשריגן “היינט איז יום שנכפל בו כי טוב” אויפשטיין

ביינאכט נאך מעריב האט הר’ יואל שטיין איבערגעגעבן ווארעמע דיבורים בענין די הייליגע טעג, טרויבן אין און בעט

יום ט’ מחזרת עשרה ימים

 די 5:00 וועקערס זענען דא! וואסערע טאג איז היינט? מיטוואך עס געהער שוין צום שבת זאפארט ארויס פון די בעטן!! היינט איז געווען פיין קאלט

די גאז טראק איז געווען היינט, מען האט נישט געלערענט דברי יואל דעם טאג, מען האט געדאווענט מיט 15 מינוט פריער, געלערנט מיט 15 מינוט פריער א בעל דרשן גייט קומען, הרה”ג ר’ הערשל טויב שליט”א אב”ד בעהוץ, איז געקומען רעדן

אינמיטן לערנען זענען 2 חשובע נגידים געקומען זעהן אין הערן דעם קול תורה, דערנאך מיטאג א.א.וו

ר’ מענדל קאהן ר”מ ד’10 טעג, איז אריינגעפארן אין שטאט צו א חתונה. נאך מעריב האט החתן יואל ב”ר ישראל שלום מארקאוויטש ני”ו איבערגעגעבן ווארעמע ווערטער, דערנאך שלאפן

יום י’ מחזרת עשרה ימים. ה’ נצו”י תשס”ג לפ”ק

יום האחרון מען פארט אהיים

פארטאגס ביים וועקן האבן אלע בפה אחד געפרעגט, “ר’ מענדל איז שוין דא?” אז נישט רירט מען זיך נישט ארויס, ר’ מענדל פלעגט אפווארטן די בחורים יעדען פארטאגס ביים טיר פונעם פאליש, “יעדער נעמט א ווארעמע קאווע”, אז ער איז נישט דא, קומט מען נישט ארויס פון בעט

למעשה איז ר’ מענדל אנגעקומען אינמיטן לערנען אין די פארטאגס שעה’ן, די קול תורה איז צוריק דא

נאכן דאווענען האט ר’ מענדל אויסגערופן: היינט איז אנדערש ווי יעדען טאג, היינט גייט מען קודם פאקן די פעק אין אלעס לייגן אויפן פארטש, דערנאך וועט מען עסן פרישטאג, נאכער וועט מען לערנען 4 שעה ברציפות

בערך 11:45 איז יעדער געווען אויף זיין פלאץ אין בית המדרש געלערענט אזוי ווי די רמזי אלול צעטל האט געזאגט היינט –
בראשי”ת – ב’ישיבת ש’אפראן י’ום א’חרון ת’למדו ר’צופות

אזוי האט מען געלערענט ביזן לעצטן מינוט

 הרב ישראל שלום מארקאוויטש שליט”א האט שטיל געמאכט דעם עולם 3:45, ער האט געזאגט אפאר ווארעמע ווערטער אין דערנאך איז געווען די גרויסע פארגעגרייטע מסיבת פרידה וסיום מסכת בבא קמא

דער עולם איז זיך געגאנגען וואשן בערך 4:30, הב’……… האט געמאכט די סיום אויפן מסכת וואס מען האט געהארעוועט דורכן יאר בכלל אין און די 10 טעג בפרט

דערנאך האט הב’ …………. ני”ו געמאכט א סיום אויף מסכת ביצה, אין אחרון אחרון חביב האט הר’ ………… שליט”א געמאכט א סיום אויף מסכת חגיגה, דער עולם האט געוואונטשן מזל טוב

דערנאך האט ר’ פנחס אליעזר מייזליש שליט”א מגיד שיעור מסיים געווען מיט א ווארט פונעם פנ”י אין שיטה מקובצת, מען האט געבענטשט אין דערנאך איז מען ארויסגעפארן בשטומצ”ח, בערך 8:00 זענען די באסעס געצויגן!! 10:15 איז מען אנגעקומען קיין ווילימסבורג!

דא האבן מיר געוואלט איבערגעבן א גרויסן יישר כח, פאר אלע וואס האבן זיך באטייליגט אין צוגעהאלפן, פארן, דורכן, ווי אויך נאכן 10 טעג.

1 Comment. Leave new

You must be logged in to post a comment.