די שניי זאווערוכע יום א’ פרשת וארא שנת תשע”א

וויפיל מעשיות איך האב צאם געהערט נעכטן, איז דאס די בעסטע אין מיינע אויגן, איך האב גענומן רשות פונעם בעל-המעשה, נעמען געטוישט צוליב גילו! ליינט אין האט הנאה

די מעשה הייבט זיך אן עש”ק פר’ שמות, ה. וו. רופט מיר אן: [בתוך הדברים] איך פיל מיך נישט גוט איך וועל מן הסתם נישט ארויס גיין אגאנץ שב”ק, איך האב אים געוואונטשן ‘שבת הוא מלזעוק ורפואה קרובה לבוא’ אמן

מוצש”ק רוף איך אים אן, ווי אזוי פילסטו? ענטפערט ער: ב”ה פיין, יעצט ביינאכט וועל איך מן הסתם נאך אלץ נישט ארויסגיין פון דערהיים, אויב אזוי פרעג איך, צו קען איך בארגן דיין קאר, אוודאי געוויס דא האסטו די שליסל’ן, פאר מארגן 11:00 ברויך איך עס ממילא נישט

מוצאי 11:30 באקום איך א טעלעפאון קאל פון מ. צו איך קען אריבער קומען אויף מלוה מלכה? איך קום אריבער מען גרייט אן א סעודה כדבעי, אין פלוצלונג (אזלא גרש) רופט מיר אריין י. נ. צו איך קען איבערנעמען זיין ארבייט מארגן, היות ער ברויך אוועקגיין מארגן פרי (די טעלפאון רוף האט אנגעהויבן די צרות השעובד) איך טראכט נישט קיין צוויי געב אהער די ארבייט אין דאס געלט

  נארמאל א מוצש”ק שלאף איך שוין אזא צייט ווען דער טעלפאון רוף איז פארגעקומען, (פון הימל האט מען געוואלט אנדערש) ב”ה

זונטאג אינדערפרי: 9:30 האט ערשט אנגעהויבן שנייען, 12:00 בערך בין איך אנגעקומען קיין בארא פארק די שניי איז נאך געווען גאנץ בחסד, איך הייב אן ארבייטן מען פארט ארום מיט א לאסט-אוטאו אין די בארא פארקער גאסן, איך טראג אפ אין נעם אויף סחורה ווי געהעריג, 5:00 צייט האט אנגעהויבן ווערן שווערער דאס פארן, איך האב אנגעהויבן גליטשן, אוטאו’ס פאַר אין אונטער מיר האבן געמאכט א לעבן מיט די שניי

בערך 6:30  רוף איך אן מיין אויבערהאר, איך בעט מיך אזוי ביי אים, היות איך קען שוין נישט טרייבן, די שניי איז גרויס די ווישערס טויגן נישט – איך שיק ארויס מיין גוי אפשאקלן די ווישערס יעדע פאר מינוט, סע לעבעדיג! גארנישט לאכעדיג
וויבאלד אבער איך בין שוין כמעט ביים קומענדיגן אפשטעל, וועל איך שוין ענדיגן מיט דעם אבער גלייך דערנאך קום איך צוריק, פיין זאגט ער יאג דיך נישט דריוו סעיף, ענדיג נאר דארט אין פלעטבוש ווי דו ביזט יעצט

איך קריך ארויס פון טראק, ‘עך זיך דעם אדרעסס, אלע טירן זענען פארשלאסן, איך רוף אריין דעם קונד אויפן טעל, הייבט ער זאגן פרוביר דעם טיר, יענעם טיר, זייטיג טיר איינס זייטיג טיר צוויי אלעס איז פארמאכט, בלית ברירה וועל איך אריבער שיקן מיין זון, פיין דער זוהן עפענט אויף די טיר, איך גיי עם נאך ארויף אין אראפ ביז ער עפענט אויף א גאס טיר די גוים הייבן אן ריקן סחורה

ענדליך אלעס איז גרייט, מען פארט צוריק, בערך 6:45 בין איך פארטיג געווארן מיט דער ארבייט

* ** *

קאפיטל ב’

איך האב א חבר הרב צ. וואס וואונט אין בארא פארק וועם איך גיי באזוכן יעדע יומא דפגרא, מיר זענען געווען פארבינדן דורכ’ן טאג, איך האב אים געהאלטן אין איין איינמעלדן ווי איך האלט אין וואס סע גייט פאר ווי צוויי גוטע פריינט, האמיר אפגעשמעוסט אז היות עס שנייט, איז א גוטע מצב פאר א לחיים, איז מיר בייגעפאלן: איך האב דאך א שמחה דא ברויך איך וויילן אין בארא פארק פאר נאך אפאר שעה סיי ווי, וועל איך מיך גיין אנוורעמען ביי אים’ען

אויפן וועג אהין גיי איך דורך א געשעפט ווי מ. ל. ארבייט, ער רופט מיר אריין, וואס טוט זיך? צדיק זה בא לבית מלוני ויפטר בלא לינה וואס קומסטו נישט אריין? דערצייל איך אים אזוי וועגן דעם לחיים וואס ווארט מיר, איך האלט זאג איך עם – קום די אויך מיט שעם דיך נישט די הויז ווי ער איז, וואונט קיינער נישט, יעדער איז וויליג
זאגט ער: מיין ברודער ח. דארף דא קומען איך קען נישט יעצט אוועקגיין…
– קום מיט דיין ברודער ח. זאל ער זיך אויך אנווארעמען….
פיין איך רופ דיך אריין ווי נאר ער ‘קומט
– גוט, איך גיי זיי געזונט.

איך קום אן צום הויז פון הרב צ. לקח אין ברוינפן ווארטן שוין קוים אויס, זעץ דיך אראפ, מען הייבט אן דעם שמועס, אדהכי והכי קומט אריין די ל. ברודערס, מען האט אנגענעם פארברענגט

נאך אפאר מינוט, איז הרב נ. געקומען אפנעמען די ל’ס, האב איך זיך מיישב געווען אזוי: א וועג קיין וויליאמסבורג וועל איך שוין ממילא נישט האבן אזוי גרינג, העכסטענס וועל איך כאפן א באן, איך בין מיטגעפארן מיט די ל’ס קיין פלעטבוש

נאכן גליטשען אין פארן אין נאכאמאל גליטשען זעמער אנגעקומען קיין פלעטבוש [די צייט האלט ביי 8:00 בערך די שניי האלט שוין הויך, אבער רעגעלמעסיג] מען קען נאך שפאצירן

ביי די ל’ס האט מען אביסעל פארברענגט מיט די טויבן זייערע, געשמועסט, בערך 8:45 זעמער געגאנגען זוכן באנען, די שניי איז שוין געווען פיין הויך, די ערשטע סטאנציע צו מיין מזל איז געווען פארמאכט צוליב איבער בוי, האמיר געברויכט שפאצירן א שטיקל מהלך ביז צום קומענדיגען סטאנציע, די וועג איז שוין געווען פיין שווער, די קעלט האט געטריבן, אבער אבי מען קומט אן, אטאו’ס האבן אנגעהויבן אפיציעל געשטראנדעט צו ווערן, ב”ה איך בין אנגעקומען

איך האב געווארט אין געווארט – אין סטאנציע אין א ווינקל…………… איך האב געווארט אין געווארט – אבער גארניט געפונען…………..
יא יא נאך א הלבע שעה ווארטן האט מען געזען א באן אין די שניי קריכן, ווי נאר די באן איז געקומען צו איר אפשטעל, האט זיך איין קליין טירל ג’עפנט, ווי אינטערעסאנט איז געווען צו זען ווי דער עולם לויפט צו דעם טירל, דער קאנדאקטער פונעם באן איז ארום געגאנגען אין יעדן קאבינעט באזונדער אין ג’עפנט נאר איין טירל די מיטרייזענדע זאלן קענען ארויס אין אריין גיין

נאך אפאר מינוט ווארטן די באן זאל אנהויבן פארן, רופט אויס דער מאן אין הויך-הילכער, די באן האט יעצט פארלוירן די קאמיוניקאציע מיטן הויפט, די פירער איז ארויס זיך פארבינדן טעלעפאניש ביים בודקע
פאר 15-20 מינוט וועלן מיר נישט אנהויבן פארן, [איך האב געמאכט א שנעלן חשבון, לויט ווי אזוי די מצב קוקט יעצט אויס וועל איך פאר א שעה צוויי דריי נישט אנקומען אהיים] מאנכע פונעם ציבור וגם אני בתוכם האבן זיך אפגעטראגן פונעם באן, אין צוריק צו משפחת ל

איך האך אריינגקלאפט ביי משפחת ל. האבן זיי געשריגן א מלאך איז דא א מלאך איז דא……….. איך בין געווען באדעקט פון קאפ ביז פוס מיט ווייסע שטויב. :grin:

איך האב מיך אפגעפוצט אין זיך דערווארעמט, ווי נאר איך בין געווען גרייט צו גיין, [זיי האבן באמערקט ווי טוה מיך צוריק אן דעם מאנטל] האבן זיי גענומען לאכן אין שפעטן, “ווי גייסטו יעצט? בלייב דא קיינער גייט נישט אין ערגעץ”……… איך בין דארט געבליבן מיטן חשבון: אין א האלבע שעה בערך גייען די צוויי ל. ברודערס מיר באגלייטן א חלק וועג, איך וועל שפאצירן ביז בארא פארק, אין פון דארט קיין וויליאמסבורג

* * * * * *

קאפיטל ג’

בשעת’ן ווארטן האבן מיר אנגעצונדן א ווארעם לידל, איין לידל שלעפט דעם צווייטן דער צווייטער א דריטן אין אזוי זעמער אריינגעפאלן אין א קומזיץ, [די שניי ווערט נאר העכר אין העכער] מען קען שוין כמעט נישט ארויסקוקן

חצות הלילה איז אנגעקומן איך זיץ אין זינג, איך ברויך נאך אנקומען אין וומס”ב האנט נאכט, נאך אפאר שעה זינגען האט מען נאך געפראוועט א קליינע געבורטס טאג…….. אין מיט דעם געשלאסן דעם קומזיץ

מיר האבן זיך אלע גוט אנגעפעלצט, איך האב נאך געדארפט שלעפן מיין הוט אין א זעקל, ווי נאר מיר זענען ארויס אויפן גאס האמיר געזען וואס דא טוט זיך, אוטוא’ס זענען שוין געווען אויסגעשפרייט אין אלע עקן, באסעס אין לאסט-אוטאו’ס האבן זיך אנגעהויבן אפשטעלן אימיטן גאס – סע געווען הויך יום טוב

עס איז זייער שווער אראפ צו שרייבן אבער שילדערן די שפאציר פאר מענטשן וואס האבן נישט געזען דעם שניי מיט די אייגענע אויגן
“קאניע איילענד עוו.” איז געווען חרוב, אין אלע גאסן האבן זיך אנגעוויזן א חתונה מיט מורישקעס, די קארן זענען געווען ממש איינס אינעם צווייטען, 18טע עוו איז געווען כאאס, עס האט זיך געהערט שטופערייען פון אוטואס, געשאוועל’אכטסער וכו’, שפאצירענדיג אויף “אוישען פארקוועי” האט מיך א שארער-אוטאו שיעור נישט אוועקגעשארט איך האב פרובירט ארויפ צו שפרינגען אויפן בערגל שניי, צו מיין גוט מזל האט זיך די שארער-אוטאו אוועקגעדרייט די לעצטע רגע

איך האב מיך אפגעשטעלט אויפ “טשארטש עוו.” פריבירענדיג צו כאפן א היטש קיין וומס”ב, די ערשטע יוד שטעלט זיך אפ עפענט אויף אלע פענסטער, קעפ אין פוס האבן זיך ארויסגעשטעקט פון אלע זייטן
(איך מיין אזוי האט אויסגעקוקט זעמעל’ס קאר ווען ער האט געזאגט פארן פאליציי, “אֵיי ווִיל שׁאָו יָא סָאמְטִינג יָא נֶעווֶער סָאוי אִין יָאר האָוּל לֵייף…………..)

נאכער וואס איך האב געהערט די וועג האט גענומען 8 שעה קיין וומס”ב האב איך געדאנקט דעם פון אויבן פארן מיר נישט אריינלאזו אין יענעם אוטאו
ווארטענדיג אויף פארביי פארענדיגע אוטו’ס האב איך געהאלפן אפאר גוים ארויס קומען פון די שניי, וואספארא קידוש השם………….

למעשה איז קיין היטש נישט געקומען, האב איך אנגעהויבן שפאצירן אריין טיפער קיין בארא פארק, 13טע עוו. איז שוין געווען אויס, אלעס איז געווען געשטראנדעט די שארער-אוטאו’ס די באסעס די שלעפער טראקס א.א.וו. יעדער וואס האט געהאט א “עס. יא. ווי.” וואס האט נאר געמיינט אז ער וועט עס מאכן, איז נאר געבליבן ווי ער האט אנגעהויבן מיינען.

הונגעריג איז נאר א משל, אין בין געווען גרייט צו עסן פאר אפאר שעה אין א צו, שפאצירן אין שניי איז שווערער ווי שפאצירן אין וויינגארטן

איך בין אריין אין ערשטן עסן געשעפט, איך וויל שוין צושפארן זאגט ער, האב איך אים געזאגט אז די שפארסט צו, קענסטו מיר מיטשפארן
איך האב אפשר איין מאכל אלעס איז שוין אוועקגעלייגט

איך האב מיר דערכאפט דאס הארץ, אוי בין איך געווען הונגעריג, איך בין נאך נישט זאט אבער אבי עפעס אין מויל

עס איז שוין געווען קרוב צו זייגער צוויי, איך האב אנגעהויבן רופן וועם איך קען אין ווייס, אפשר קען ער האבן א בעט, אזוי בערך 3:00 בין איך איינגעשלאפן ביי משפחת פ

* * * * * *

קאפיטל ד’
מאנטאג צופרי, איך כאפ זיך אויף, מיין פלאן איז: מען גייט דאווענען עסן אין אהיים, סע האט זיך אנגעהויבן, אין הויז ווי איך בין איינגעשטאנען איז קיין קעמל אדער בארשט נישט געווען צו געפונען! בכלל
אין שול איז געווען נאר גרינע קאפי, איך האב געמאכט א שנעלע אנטלויף פלאן, איך רוף אן הרב צ., אין זאג אים איך ברויך א קעמל אין תפילין אויב האסטו איינס פון די צוויי זאג מיר שנעל, יא קום אריבער סע דא אלצדינג, פון א קעמל ביז פרישטאג
איך פריי מיך צו זעהן, איך בין שוין ענדליך אין גוטע הענט, כ’האב געדאווענט געגעסן, גענדיגט פארציילן מיין דורכגאנג ביז אהער, בערך 2:00 האב איך באקומען שליסל’ן פאר א אוטאו וואס איז באגראבן אין שניי, איך האב געכאפט די ערשטע 2 גוים וואס זענען דורך, מען האט געווישט אין געשאוועלט, 4:00 בין איך ארויס געפארן ב”ה

850A0339די וועג איז געווען פיין אקעגן נעכטן נאכט, איך האב נאך היבש געגליטשט, למעשה 6:00 בערך האב איך אריינגעוואקט אינדערהיים, כ’אב געכאפט א שויער אין אריין אין ………………בעט………..

You must be logged in to post a comment.