די זעקס זייגערס האבן זיך צוזינגען 5:00 אין פארטאגס שטונדן, מיט מיר האבן זיך מיינע ביידע יצרים מיטגעכאפט, יצר טוב טרייבט ארויס פון בעט בעת דער יצר הרע טענה’ט –אין שול וועסטו גיין וועסטו זיין דארט אליין איי די שלאף איז פיין

למעשה האב איך נישט געקענט פארשלאפן די ערשטע פארטאגס שיעור, איך בין שוין נישט אויפגעשטאנען פארטאגס פאר צענדליגע יארן, זייט איך האב פארלאזט די ווענט פון מיין היים [ישיבה], נאך וויילענדיג דארט האב איך מיר שוין צוקריגט מיט אלע מגידי שיעורים וועגן דעם, אבער תשובה העלפט אפי’ שפעטערדיגע יארן אויך, איך האב זיך דערוועקט צום פארטאגס רוף

 גלייך 5:30 בין איך שוין כמעט ארויס פון דערהיים נאכן קאפי מיטן הכנות וכו’, ארויסקומענדיג פון דערהיים – אלעס שא שטיל, נישטא קיין פייגלעך דער עולם איז נישטא! ווי זענען די חברים ווען מ’ברויך זיי? אלעס שלאפט

קליינ’ס רעסטעראנט איז שוין אפן, אפאר אידן טרינקן קאפי’ס דארט, ס’קוקט אויס ווי זיי פירן די שטאט, אריבערגייענדיג די גאס פַּאס איך אויך, א קאר שטייט ביים רויט לעמפל קריכט ארויס שטאטלעך שטאטלעך זעהט קיינער קוקט נישט פארט זיך דורך דעם רויט לעמפל, איך האב שנעל געוואלט גיין אינפארמירן די חברה וואס זיצן אין קליינ’ס, זאלן זיי וויסן אז קיינער איז נישט אינטערטעניג אונטער זיי

איך טרעט אריין אין שול ווי וואונדערליך איך בין גארנישט דארט אליין, דער חשובער ציבור לערנ’ט שוין דארט ווייסעך ווי לאנג, דער עולם באגריסט מיר דארט מיט א שמייכעל, ווי צו פרעגן “ווער האט דיך אויפגעוועקט?” אין שלעפשיץ שלאפט מען נאך

גענדיגט לערנען פפשששיהו אזא טעם אה מחי-ה! איך גיי דאווענען, אויפן וועג זעה איך ווי אלע קינדער שטייען ביים עק גאס, איך גיי צו צום ערשטן איך פרעג עם “דו ווילסט אפשר איינער זאל דיך אריבערפירן די גאס?” מיט א שטאלץ ענטפערט ער מיר ניין, איך גיי צום יונגל אויפ’ן קומענדיגן גאס, אוֹדךָ! דעם זעלבן ענטפער, ער גיט מיר נאך א בליק ער זאגט כאילו “איך וויל שוין קראָסן דא אפאר יאר, ווי ביזטו געווען ביז יעצט? – גיי דיר צוריק שלאפן איך ווארט אויפן באס- די חכם!!!” מער האב איך צו קיין קינדער נישט גערעדט אויפן וועג אהיים

נאכן דאווענען, איז שוין אן אנדערע מעשה יעדער איז אויף אטאוס אין טראקס, באסעס אלעס מאכט גערוישן אין גרודער, איך שפרינג אריין אין בעט צוריק, איך ברויך משלים זיין אביסל שלאף

You must be logged in to post a comment.