איידער איר ליינט די גאנצע מעשה זייט וויסן – עס איז גארנישט געשען ערענסט ב”ה, איך בין געזעצן מיט א חבר אין עמערדזענסי רום נעכטן נאכט, ער איז אראפגעפאלן זיך אויסגעדרייט די פוס, מען האט גערופן הצלה, זיי האבן אונז אריינגעפירט אין שפיטאל. כעת איז מען שוין אינדרויסן אויך ב”ה

די זאך איז נאר, ביזן שפיטאל אינעם שפיטאל אין נאכן שפיטאל האט גענומן קרוב צו 6 שעה, איך וואלט געוואלט מיטיילן אביסל די ווערטשאפט אונעם טאג טעגליכן פאריקט-קייט

די הצלה האט אונדז געטראגן (מיט לעלאס די ערשטע מאל וואס איך פאר מיט לעלאס, איך האף אויך דאס לעצטע), אריין אין עמערדזענסי רום, זיי פילן אויס די פאפירן [וואס טוטסעך אינעם אמבולאנס קען איך נישט ארויס געבן ס’נישט שיין צו זיין אזוי נייגעריג, מען נעמט בלוט דרוק טעסט א.א.וו.] אינעם שפיטאל האבן אלע באאמטע באגריסט די הצלה טאטעס, זעהט אויס זיי זענען אפטע געסט ה”י

קיינער יאגט זיך נישט קיינער כאפט נישט, די ערשטע צעטל שרייבער נעמט שרייבן אין שענקט אפאר בליקן אויפן פאציענט טוט אן א צעטל אויפן האנט ער שרייבט און שרייבט, ער שרייבט נאך יעצט, יעדעס מאל מיין חבר האט גע’אטעמט – א שרייב, איך האב געוואלט אנכאפן דעם שרייבער ארויסווארפן אים מיט אלע זיינע צעטלעך אינאיינעם, איך בעט אים אויב ער קען עפעס געבן פאר עם די ווייטאג זאל נאכלאזן ענטפערט ער דאס קען נאר דער דאקטער געבן זיין ארבייט איז נאר שרייבן

מ’טראגט אונדז שוין אריין טיפער אינעם צימער, אינעם אפטיילונג ווי אלע ווארטן, ווארטענדיג אויפן דאקטער האבן שוין מיינע נערווען געשיקט אירע סיגנאלן, ס’ווערט לאנגווייליג

אלס חסידישער יונגערמאן האב איך מיר אפירגעקראצט א בענקל, דער שכן מיינער איז געווען א רוסישער איך נייג צו אן אויער צום געשפרעך
דאקטער פרעגט: ווען איז געשען די סידזער
פאציענט: היינט נאכן טרינקען
דאקטער: ווען האסטו גענומען מעדיקעישן
פאציענט: צופרי ווען איך נעם געווענדליך – איז צופרי, אסאך מאל פארגעס איך צו נעמען די פילן. איך טרינק אבער נאר ביינאכט
דאקטער: די טרינקסט אפט
פאציענט: איך נעם צופרי מעדיקעישן ווען איך געדענק ביינאכט טרינק איך, אסאך מאל נעם איך מעדיקעישן אבער איך טרינק נישט אסאך מאל טרינק איך אבער איך נעם נישט מעדיקעישן
[איך לאך שוין כמעט אויפן קול] דאקטער: פיין

 ער האט א גוטע סדר היום, איך כאפ א בליק אויפ דעם גוי, סע קוקט אויס ווי ער האט גוט געטרינקן ממש לעצטענס עכ”פ לויטן גרוך פילט זיך עס ממש יעצט

אזוי רעדענדיג ווער איך הונגעריג, כ’הייב אן זיכן די ביקור חולים צימער, ביז איינער צייגט אן ווי דאס איז, עס איז דא ב”ה פון אלעם גוטן, עסן טרינקן, אראנדז דזוס ועוד – מי כעמך ישראל, איב האב עפעס טועם געווען, צוריק אינעם עמערדזענסי צימער

אויפן וועג אראפ שפאציר איך מיר אזוי ארום, עס איז דא בעטן וואס ווערן באוואכט מיט פאליציי די פאציענטן זענען געקייטעלט צום בעט, איינער איז באנדאזירט ארום דעם גאנצן קאפ דער צווייטער איז באנדאזירט די פוס, ס’קוקט אויס ווי די צוויי האבן זיך געשלאגן בשעת איינער איז געשטאנען אויפן טיש אין דער צווייטער אויפ א בענקל

מען האלט שוין נאך 3 שעה, ווער ווייסט ווי לאנג נאך

יעצט איז געקומען די צייט איך זאל מיך באקענען מיט מיין רוסישן שכן, איך הייב אן רעדן זאגט ער מיר ער ווארט שוין דא 6 שעה, ס’מיר שלעכט געווארן, ביז וואס ווען ווי, איז שוין איינער געקומען אנזאגן די דאקטער קומט שוין אט אט אהער צו אונדז, ער גייט דיר געבן עפעס פאר די ווייטאג, [אויב ער איז נאכנישט געשטארבן פאר ווייטאג ביז יעצט קען ער נאך אריינכאפן א פאר מינוט] ח”ו

דער דאקטער איז דא, הייבט אן ווארענען די מעדעצין וואס איך גיי דיר גיבן איז זייער שטארק עס קען צוברענגן צו דיזינעס אין דראוזינעס “דו גייסט נישט קענען אהיים דרייוון” כאילו ער דרייווט יעצט העליקאפטערס אין טראקס, ער ווייקט זיך אין צער נעבעך קוים וואס ער קען רירן די פוס

שוין דער דאקטאר האט שוין געגעבן דעם טאבלעט, גייט אדורך 15 מינוט פרעג איך: חבר מיינער ווי אזוי איז די ווייטאג? דיזי? וויפיל בלעקבעריס האסטו אויפ די הויזן? זאגט ער מיר לויט ווי אזוי ס’שיינט האט מען מיר געגעבן ווייטאמין סי וואס מען גיבט פאר קינדער, די יסורים לאזן נישט נאך

מ’נעמט אים שוין צום עקסרעי, זיי פירן עם אוועק איך שאר מיך נאכאמאל ארויפ צום כשר צימער איך כאפ א קאפי, וואאאוווו בין איך פריש, אראפקומענדיג ווארט מיך שוין אפ די גוטע בשורה, “””ס’איס נישט צובראכן ב”ה”””” ס’איז אבער גוט אויסגעדרייט מען גייט שוין אהיים, סע האט גענומען נאך 15 מינוט אונטערצושרייבן א צעטל און דערנאך האט מען אונז ארויסגעלאזט

ער האט באקומען קראטשעס, מען קען שוין אהיים גיין, אבער דער האט נאך ב”ה קיינמאל נישט געהאט קיין קראטשעס ביז היינט ער איז שיעור נישט אראפגעפאלן מיט דעם אינאיינעם, איינער האט זיך מרחם געווען אין געברענגט א רוד שטול, איך האב שוין גארנישט געברויכט מער, איך האב עם געשטיפט ביזן קאר…. “לעבעדיג” געלויבט דער פון אויבן

איך האב מיך געטראפן אין בעט נאך 3:00 פארטאגס
חג כשר ושמח

You must be logged in to post a comment.