א גוט יאר טייערע יודן איך וואלט געוואלט איבערגעבן די שמועס וואס איך האב היינט געהאט אין שול מיטן דרייווער פונעם טראק

איך קום היינט אריין אין שול טרעף איך יענקל’ן: [איך על עס מאכן כאילו ער רעדט] זאגט ער: די מוסדות רופן מיך אן נעכטן מ’ברויך נאך א דרייווער פאר די טראקס, מ’ברויך ארויס טראגן די פעקלעך אין קעמפ, אלע דרייווערס באקומען א טראק מיט א רוט, א רוט מיינט יעדער ברויך אויפפיקן זיין 7-8 מענטשנ’ס פעקלעך, ווען די טראק איז פול פארט מען ארויס קיין קעמפ דארט ווארט אייך שוין אפ די איבריגע איינגעשטעלטע פונעם מוסדות מיט גוים זיי וועלן דיר העלפן אפלאדענען דעם טראק, אין די קאנסט אהיים פארן

דאס איז ווי געזאגט אופן טעלעפאון ווייל עס נעמט אביסל לענגער ווי געזאגט

אכט אזייגער האב איך אנגעהויבן דעם רוט, איך דריי מיך איין אויף סקיללמען גאס, איין טראק איז שוין דארט אפגעשטעלט, האב איך נישט ווי צו פארקן, איך פאר ארום די גאס נאכאמאל כ’שטעל מיך אריין אין די זייט, א באס דרייט זיך איין מיט א שנעלקייט, שטעלט זיך אפ מיט יאמערליכע קולות!! איך דרייוו שוין 10 יאר באסעס דו קומסט יעצט אן מיט א טראק גיי דיר קיין קעמפ לאמיך דורך!! איך מאך נישט קיין לאנגע וויכוחים איך פאר ארום אודך, ב”ה יעצט האב איך א גוט פלאץ, יעדער קען דורך פארן. איך פיל  אן צוויי משפחות, קומענדיגע סטאפ די זעלבע באס דרייט זיך נאכאמאל איין, איך פלי אוועק, פארן ארויפ-פארן אויפן הייוועי דערמאנט זיך איינער אריינצורופן ער האט עפעס פארגעסן, פיין מ’דרייט זיך אויס איך ווארף דעם שאכטל אריין אין טראק אין ויסעו מען פארט

ב”ה איך פאר ארויף אויפן בי-קאו-אי איך טו מיר אן דעם דאטשיק, דריק אראפ דעם גאז פעדעל אין אט אט נאכן טראפיק בין איך דארט, ביזן 17 איז אלעס געווען ווי געווענליך, אויפן 17 זעה איך ווי אלע ווינדאוס פון די מיני ווענס עפענען זיך, די שלום עליכם’ס נעמען זיך פליען אין די לופטן, ראובן: איך האב דיך שוין נישט געזעהן א גאנץ יאר קומסט צוריק אין אונזער קאנטרי

שמעון פאר לוי: גיב אב-באכט דיין יונגל איז נישט צוגעבינדען די רשעים זענען זייער שטרענג היינטיגע צייטן, שמעון: ווען איך בין געווען א יונגל האב איך נאך געקענט ארומטאנצן אין קאר, היינט פאר יעדע נארישקייט שטעלן זיי אפ, וואס קען מען מאכן

פלוצלונג פון מיין לינקע זייט הער איך א פייף – איינער וויל כאפן בילדער, ער זעהט א חסידשער יוד דרייווט א טראק מיט א דאטשיק ער איז צווואולדעוועט, איך מאך שנעל צו די ווינדאו די רבי האט נישט געהאלטן פון קיין בילדער

ב”ה מען קומט אן אין ערשטן קעמפ, כ’פאר ארויף די בארג (אלע קעמפ האבן בערג), עס הייבט זיך אן גיי זיך גוים זאלן העלפן שלעפן, מ’מיינט טאקע אז די באקסעס האבן פוס, מ’ברויך שלעפן די זאכן אמאל קומט נאך מיט גאז-רענטשעס וכדומה, אויב וויל איך נאך בכלל אהיים גיין היינט ברויך איך צולייגן א האנט, די גוים יאגן זיך נישט

אגב זאגט ער מיר וויל איך קלאר מאכן א נקודה, ביים אויספאקן סיי משפחות סיי קינדער, דער עולם שרייבט די נאמען אויף די באקסעס אין קידוש לבנה אותיות, מאכט זיך אלעמאל איין יונגל שרייבט אין פיצי זיין נאמען מקען נישט וויסן ווי סגייט, ער מיינט אפשר אז די דרייווער און גוים ווארטן שוין קוים צו טראגן זיינע באקסעס, מיט גרויס פאראד גייט זיין מעמד יציאות שלמי’ס פעקלעך [פיקטיווע נאמען], די טראק איז גרייט! אלע גוים טוהן זיך א ווארף טאהן אויפן טראק מ’רייסט אויף דעם טיר 6 גוים נאר 3 באקסעס, זיי כאפן שלמי’ס באקסעס אין לויפן, מיט גרויס שאנדע מוזן די אנדערע גוים וואס האבן נישט זוכה געווען צו נעמען א שלמי’ס א באקס אוועקגייין, ווען א זויערקייט הענגט אויף זייערע פנימ’ער. וויל איך אויסדריקן מיטגעפיל צום קינד, קיינער כאפט נישט קיינער נעמט נישט, אויב ווילסטו בכלל טרעפן דיינע באקסעס שרייב ארויף דיין נאמען די גרעסטע וואס מעגליך נוץ זון אדער מארס אותיות, אבער נוץ עפעס

בקיצור די ערשטע סטאפ איז פערטיג קום איך אן צום צווייטן סטאפ, דארט איז ערשט די אנהייב ס’טוטסעך טראקס, קיינער צייגט נישט אן ווי אין וויאזוי צו גיין, ב”ה איך האב געכאפט פון דארט צוויי גוים, אריין אין קעמפ, נאך א מזל איך האב געקענט אפאר חברה (פערטעקציע), מ’האט מיר אריין געלאזט אנגעוויזן אנגעוויזן ווי צו גיין אין ארויס געלאזט, אבער וואס דארט האט זיך אפגעטוהן, איין דרייווער קען נישט בעקן אין ברויך הילף דער אנדערער ברויך זיך דורך שטופן א שמאל פלאץ, אן קיין גוזמא סע לעבעדיג, איינער האט געלאזט אויפן טראק א באקס אין קען ח”ו נישט שלעפן 10 פוס, די טראק ברויך ארום פארן א.א.וו

ב”ה אויפן וועג צוריק האט מיין דאטשיק געמוזט ארויס פאלן פונעם טראק, כ’האב אפגעשטעלט די ראוד איך בין ארויס עס אויפהויבן אין ויסעו. [א דאטשיק קאסט מער ווי א דאלער]. סיי ווי אזוי ס’איז איז גוט, אבער אפאר נקודות, מענטשן מיינען “מטרעפט” די פעקלעך אין קעמפ, להוי ידוע עס גייט דורך שווערע צייטן נאכאנאנדע שלעפערייען און וואס נישט

You must be logged in to post a comment.