ב”ה מיר זענען שוין דא צוריק אין נוי יארק, כ’על ענק א באריכט אפגעבן.
איך וועל אנהייבן פון פרייטאג

5:30 האט זיך אין בית שלעפשיץ אנגעהויבן חאגע, דער עולם איז ארויס פון די בעטן מיט איין בהלה “מ’פארט קיין טאהש”, איך בין א לעצטע מינוט פאקער, 5 מינוט פארן ארויספארן האב איך מעך גענומען פאקען, איך בין נאך געלאפן אויפפיקען א טשארדזער פארן וועג, געדאוונ’ט ב”ה, די קאר איז אנגעקומען פארנט פונעם טיר גרייט אריינצולייגן די געפעק, איך האב געמוזט פארלירן מיין פאס די לעצטע מינוט, אלעס גייט’עך אזוי, די מוטער איז געווען פארנומען מאכן סענדוויטשעס פארן וועג קאלטע קאפי אין אביסל וועיפערס, א צווייטער האט איינגעפאקט ליקעריש אין קאָלעי וואסער “ויסעו”מען ציהט

ארויף אויפן בי-קאו-עי ארויף מיט די מוזיק, יעדער האט געמוזט אנצינדען זיין מאדנע ניגון פונעם אייפאד, ביז מאנרוי איז אלעס געהעריג מ’ברויך נישט זיין קיין חכם צו וויסן ווי אזוי די וועג איז דורך, געהעריג אזוי ווי מען פארט אין קעמפ, קיינער האט נישט קיין זיץ-פלייש אין אזוי ווייטער

די באבעלעך פון אויבן האב איך פרובירט אראפשאקלען אבער אן ערפאלג! א באבל אראפ איז צוגעקומען צוויי, כ’האב געקויפט א צווייטע, אין עס געשיקט מיטן ערשטען און לָאך דארט ווי מ’בויט לעבן דעם אבריכם

נאך מאנרוי, האט זיך אלעס אפגעשטילערט אביסל, שוין אסאך נענטער צום רבי’ן ווי מיט אפאר מינוט פריער, די מוזיק שטילער די געקיי’אכץ האט זיך אנגעזעהן אויף א קלאר’ן פארנעם, אזוי איז מען געפארן אפאר שעה “ווען פלוצלונג” (אזלא גרש) ד’נערווען פון איינע פון די פאסאזשירן האבן זיך אנגעצונדן דאס האט שוין געמאכט א טשעין ריעקשאן, פאפיטעס האבן זיך אנגעהויבן זעהן אויפ די ‘טראוועי’ נארט – טרינקען אין קאקיס האבן זיך אנגעהויבן קריגען אין די פלאסטיק קאפס, די קאָקי איז אוועגעלאפן פון די סקוויזער, די סקוויזער האט געכאפט הענט אין פוס, אין נאכגעלאפן כיטרערהייט די קאקיס, די קאקיס זענען געלאפן אינטער די פוס, ‘בומס’ איינער האט ארויפגעטרעטן דערוף, די קריגעריי איז געקומען צו אן ענדע, אלעס איז קלעבעדיג

איינער האט ארויסגענומען די טיימ-אוט, א צווייטער האט געשפילט שאך, אויב קענט איר די געימס קענט איר פארשטיין, מ’האט געשפילט לייסענס געליינאכץ, איך שיק אראפ א שלאס\ א וואס? א שלאס\ אה! א טשערעפאכע, סאדאקאו, אין וואס אימער מען האט געדענקט

נאך אפאר מייל איז מען ארויס געפארן אין “רעסט עריע” , ס’געווען מעמד ה’סטרעטשען

ענדליך נאך אפאר שעה דורך, מען זעהט שוין סימנים פונעם גרעניץ, פענער פון קאנאדע,  אויב שטעלט מען זיך נישט אפ ביים ‘דאטי פרי’ צריך בדיקה אחריו, אונז האמיר געקויפט א קליין באטעלע ברוינפען יוצא צו זיין דו מצוה, אויך האבן אויף וואס קידוש צו מאכן

אין זכות פון אלע ברכות, האבן די גרעניץ בא-אמטע אויפגעהאלטן דעם קאר, נישט לענגער ווי 30 סעקונדען, דאן האט זיך אנגעהויבן די צווייטע טעג פורים, די טרעפיק איז געווארן שטארקער אין שטארקער, ווי נענטער צום פאנטשאן פלעין אלץ מער קארס זענען געקומען, מ’האט געקענט מיינען: דער עולם איז זיך צאם געקומען מקבל פנים זיין דעם רבין, איך האב נישט געזעהן קיין אנדערע סיבה צום טראפיק

“בית הלוי” א רעכטס וווווווואאאאאווווווווו (WWWWWOOOOOO) אריין אין טאהש קודש, בערך 4:00, מען האט קודם געברויכט מאכן אלע דעליווערע’ס איינער האט באשטעלט קאפי פון אמעריקע, איינער קעיק, א דריטער ספיציעלע זון בריללן, א.א.וו. דערנאך האט מען אראפגעלייגט די פעקלעך ביים אכסניא, – פון דא און ווייטער וועל איך מאכן גאר בקיצור, ווער עס פארשטייט פארשטייט-

כ’אב געזוכט קאפי, אין אבריכם איז נאר געווען צו קויפן פאר א דאלער, איך לאך נאך יעצט בשעתן שרייבן, כ’האב געקויפט מיט א קענעדישן טאלער א קאפי, די באבעלעך פון אויבן האב איך פרובירט אראפשאקלען אבער אן ערפאלג! א באבל אראפ איז צוגעקומען צוויי, כ’האב געקויפט א צווייטע, אין עס געשיקט מיטן ערשטען און לָאך דארט ווי מ’בויט לעבן דעם אבריכם, א צוגערעטל האב איך אריינגעכאפט, בחינת השומח בחלקו

איך האב מיך אריינגעכאפט אין מקוה מיט א צווייטען, כ’געדענק נאך ווען ס’נישט געווען קיין געיט דארט, צווי האנטוכער א זייף אין א שעמפוי, איך בין ארויס געפפפלללללוויייגעןןן פון דארט ווי נאר דו שופרות האבן זיך צוזינגען, כ’האב געכאפט אלע מיינע האב אין גוטס כ’האב געמיינט כעל פטור ווערן דערפון , א רעטיך ווי ווייטער איך בין געלאפן אלץ העכער איז עס געווארן, די מתים האבן זיך דערוועקט

ב”ה ביי לכו נרננה איז די רבי זאל זיין געזונט אין שטארק אקעגן גיין משיח צדקינו געזונטערהייט, אריינגעקומען, אנכאפענדיג משה רוטמאנ’ען, אבער ב”ה ער האט מיטגעהאלטען, איך האב געזען דעם רבי’ם אפי’ די ישיבה בחורים האבן זייער מקום קבוע, געזאגט גוט שבת נאכן דאווענען, און ארויס – די סעודה האט מען געגעסן ביים שבע ברכות פון א קרוב, אונדז זעמיר אנגעקומען אין זאל איז נאך קיינער נישט געווען, אפגעגעסן אין געלאפן צום טיש, די רבי האט ב”ה פיין געפירט, ער איז אליין ארויף אויפן סטעידש, געטיילט שיריים

שבת צופרי, די רבי איז אריינגעקומען צו ברוך שאמר, מ’האט נישט לאנג געווארט, געדאווענט שנעל, ביים ליינען זעמיר ארויס רעכטס פונעם שול ביי די פרענטשעס, געמאכט קידוש, געכאפט א קאקי, כ’האב מיך געבענקט נאכן “קידוש מצב” פון אמאל, [זכרונות] נאסטלאגיע אויפן העכסטן

טאהשכ’האב געכאפט א שפאציר צו 555 שול, פיינע מצב דארט, ס’געווען בעסערע קאפי פון ביהמד”ר הגדול, הגם דעם וועם איך כ’האב דארט געזוכט איז נאך געשלאפן, לאל

שלש סעודות האט זיך אויך שטארק געטוישט, מען געט ארויס די בילקעלעך נאך מנחה, מען טיילט חריף, אויפן אויבן אן גיבט מען סעלמאן פיש, כ’האב אינמיטן שטילע שמונה עשרה געכאפט א טעלער אין “געוואלט” אנטלויפן, כ’האב געכאפט א פאנטש פון א יונגערמאן, לייג שנעל צוריק ווייזט ער אן מיטן פינגער בייגעלייגט מיט א בייזן בליק, כ’האב אגעטראגן פון דארט

מוצאי שבת, זעמיר געפארן קיין מונטריאל לכבוד מלוה ד’מלכה, געבלאנדזעט אויפן וועג איז א נארמאלע זאך איך בין נישט געווארן צובראכן, מ’האט זיך שנעל צוריק-געיאגט, זיך געזעגענען מיטן רבין, 2:30 זעמיר אריין, די רבי האט אנגעוואונטשען אלעס גוטס, און געגאנגען שלאפן

אינצווישן האב’ך געהערט א גוטען וויץ, אויפן טאהש’ער חשבון:
פארוואס פארט מען אהיים מוצאי שבת? ווייל שבת טאר מען נישט פארן!!

היינט צופרי, האט ב”ה גערעגענט, די קאפי איז געווען געוואלדיג OK, געדאווענט, פאר פרישטאג איז געווען: “אוועקאדו”” כידוע ליודעי דבר

ויסעו אהיים!!! אויפן וועג צוריק האמיר דורך-געשווערצט אן אפיס טיש וואס איז געקויפט געווארן אין א יארד-סעיל
עס האט זיך גענדיגט מיט טרעפיק אויפן עפ. די.אר. אזוי ווי געפלאנט

You must be logged in to post a comment.